פרישע סקאנדאל: מיל מארט פלייש
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2088279
עס טומלט שוין ווידער.
עפעס האבן "מומחים" אויפגעוויזן ביי אן אסיפה פון רבנים אז זיי האבן געפונען חלב דאורייתא ביי "מיל מארט'ס" געטרייבערטער רינדערן פלייש, און די מנקרים ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם, דעריבער זאל מען נישט עסן קיין מיל מארט רינדערן פלייש, אויך שרייבן זיי אז וועגן כשר'ן די כלים זאל יעדער פרעגן זיין מורה הוראה.
תוקןעלידיallllwaysב-20/11/200618:38:29
תוקן על ידי allllways ב- 20/11/2006 18:40:09
מאדנע.
נאך די הסתלקות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האבן די וועלכע האבן געמיינט אז זיי גייען ווערן די מנהיגי הדור (קאשוי וכו') אנגעהויבן א מערכה אקעגן סאטמאר מיט די פלייש.
יעצט נאך די הסתלקות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווען די וועלכע האבן זיך שוין איינגערעדט אז יעצט האבן זיי עס יא געמאכט זעען ווידער אז א מנהיג הדור איז דא נאר איינער, און אלע זייערע מערכות ביז היינט צו צוברעכן סאטמאר מבית ומבחוץ זענען אדורכגעפאלן, האבן זיי זיך צוריק גענומען צו זייער אלטע מערכה אקעגן די פלייש.
שוטים שבעולם...
סאטמאר וועט בע"ה קיינמאל נישט אונטערגיין!!!
כל כלי יוצר עליך לא יוצלח!!!
אין כאן לא שמתא ולא ארור
אבל יש כאן מחילה.......
ווייסמאנדל האט ווייטער אנגעמאכט און ס,שטינקט עם צוריק אין פנים.
און אויך די זעלבע מעשה ווי קאשוי. קיינער וויל נישט ווייזן דעם שטיקל לעבער
און קןרצן :
נאך די מאנסי פרשה ווען דער קוקו שיין און דער קוקו גאלדבערגער האבן פיין און "שיין" אריינגעפראקט ווייסמאנדלען..און בשעתו האט "רב" ווייסמאנדל פרובירט צו ווארפן א טריפה ליילעך אויפן באטור'ער ווי שוין דעמאלטס בארכטעט{נצח} און ס'האט עם צוריקגעשמיסן
ווי אויך איז דא איינער רב ברוידי וואס זיכט צו מאכן ספלעשעס כסדר. א נייער שטערן אין די SPLASH מארקעט
וואס ער האט דאמאלט פארפירט וועגן גאלדבערגער/שיין אז מ' דארף זיך אננעמען פאר ווייסמאנדלען און פארפירן קעגן באטור'ער/מילמארט
ווי אויך לאמיר נישט פארגעסן נאך א שפילער דא אינעם געים
התאחדות
אנא שאלות זיי דארפן א SPLASHי ווי וואסער אינעם מדבר, זיי זענען מינוטן פארן גסיסה
און ווי "רב" איצא האט בלי בושה זיך אויסגעדרוקט ביים מיטינג"איך בין אים {באטור}נאך שוךדיג פון די מזונות מבין פרשה ....
דאס זענען די שפילערס
יעצט די מעשה
איך קום שוין.....איין מינוט
וויסמאנדעל באקומט גראב געלט םון מיל מארט שונא רובאשקין
וויסמאנדל האט געדארפט זיין זייער טיקעט אריין צום היימישע אידענע אין קאך אריין
און? גארנישט
רב ווייסמאנדל טוט כל מה שביכלתו
אריינגערעכנט פלעינע פי.אר. שגץ שטיק, אדווערטייזמענטס,סתם שקרים,אינדערזייט שעכט מען צו אביסל בשר אויך.....
ער האט א אינגערמאן שטערן וואס איז געגאנגען 2 וואכן צוריק אין JERUSALEM בוטשער אין ב"פ אין געבעטן א אומגעטרייבערטער לעבער{נישט כשר געמאכט}
די וואך האט ער געבעטן א כשר געמאכטער לבער. און צוגעבעטן דעם באקס אויך . גיי ווייס פארוואס....וועל מיר זען
דאנערשטאג פארנאכטס רופט ר' הלל וו"ב אן דעם באטורער : די ווייסט אז א גאנצע טאג קאווער איך דיך שוין? זאגט דער באטור רב: קאווער מיך נישט איך קאן אליין זאגזשע מיר ביטע וואס גייט פאר?
פארצייךט ער אים וועגן א נישט געניקורטע שטיק לעבער אין אינטער זיין השגחה פארקויפט מען נו"ט חלב דם.....
בטור רב: וואו האט מען דאס געקויפט? אינטער וועמענס השגחה איז דער געשעפט.
ווייל דאס אז ס,איז מיל מארט דארף מען פעסטשטלן.
און דאס אז מיל מארט פארקויפט נחשט מניקור'דיגע לעבער איז נארמאל. און ס'קאן זיין אז דער געשעפט האט עס נישט גוט מנקר געווען
ר' הלל: איך קען נישט זאגו ווער ס'האט עס געקויפט און ווי מ'האט עס געקויפט. איך האב צוגעזאגט אז איך גיי נישט אויסזאגן......
באטור רב: דאס איז נישט חדר געימס, 2 זאכן מ'דארף זען אויב עס איז אמת, און אויב יא, רח"ל דארף מען דאך פאררעכטען
ר' הלל: איך קען נישט ווייזן {נוסח קאשוי} און איך קען נישט אויסזאגן....
ביני לביני האט דער לעבערל ארויפגעלייגט MILEAGE געפארן איבעראל נאר נישט צום בעל מכשיר
ס'געווען ביים רבין אויפן טיש דער רבי רופט אפ דעם באטור רב, וואס גייט דא פאר
דער רבי זאגט אים איך בין גאנץ א קליינער מבין אויף חלב אבער די וויסט דאך איז וואס טוט זיך דא?
באטור רב פרעגט דעם רבין :סשוין זינטאג איר האט עס שוין געזען און איך נישט. דער רבי געדענקט קאשוי?
יא!
אות באות קאשוי................
ביני לביני האט מילמארט געקוקט אינוואויסעס און נישט צופיל בוטשערס מאכן ניקור אליין און מ,האט גערופן דעם סוחר און מהאט זיך דאס אלעס דערוואוסט. ווער עס האט געקויפט און די גאנצע מעשה
ר,הלל פרעגט דעם יונגערמאן שטערן : האסטו געקויפט פאריגע וואך כשר געמאכטע לעבער?
שטערן: אםםםם איך געדענק נישט
וו"ב: וואס? ווער קויפט 20-30 פונט לעבער און געדענקט נישט?
הקיצור די מעשה האלט שוין נרך די גסיסה.
נאר די וואס האבן עס אנגעדרייט פרובירן נאך צו שלאגן קאפיטאל
אשר ע"כ פרינט מען פאשקעווילן און מדרייט אן כולל אינגעלייט. א שטייגער א מערכה
ווער עס וויל באמת דעם וואוילזיין פון אונז אידן די "כשר עסערס" זאל קודם פאררעכטן ביי רובאשקין וואס ער האט פארפירט אז מ'ברויך פאררעכטן "פאר" ער האט באקומען דעם גרויסן CHECל אינטערגעשריבן פון מר. רובאשקין.
און נאך א זאך
אז די קענסט נישט דעליווערן {פאר רובאשקין די היימישע מארקעט} דאמאלט נעמט אייך נישט אונטער
האסט פארגעסען פון "הרב" נתן שפיגעל
הרב איז באלד לכבוד זיין גרויסע בארד
רב ווייסמאנדלס שותף
דער איין און איינציגער וואס איז ביזי געווען צוויי וואכען מיט די פרשה און מאנסי נאר ביז ס'האט עם צוריקגעשמוסען אין פנים אריין.
פונקטליך וואס זיין אונטערעסע איז.
תוקן על ידי - verbeenich - 20/11/2006 20:01:42
ווער איז געגאנגען צו הלל ווב?
וואס האט ער אים געוויזען?
ר חיים דוד כץ דער געוועזענער סאטמערער בפ' דיין האט פאר עטליכע יאר צירוק אויך פראבירט צי מאכען א שתיקה פין א חלב פרשה אין דעם סאטמערע בוטשער סטאר
ווען א מומחה אין ניקור האט עיהם דערציילט אז עס טויג נישט 100% (נישט דאוריתא) אין עיהם געזאגט אז ער מיינט נאר לשם שמים אין וויל נאר אז ער זאל עס מתקן זיין, אין האט אראפ געקלאפט דעם טעלעפאן אויף דעם רב אין אויף דעם יעצטיגען דיין ר' משה פמן עטליכע מאל
אין דערנאך איז געגאנגען ר' חד כץ אין אנגעשריגען דעם בעה"ב פין סאטמערער בוטשער אין געווארענט אז ער טאר נישט אריין לאזען אינעווייניג קיין שום רב
האט ער זיך פארענטפערט אז ר' משה איז געקימען זיך משתלם זיין אין הלכות ניקור
נא נא מער האט עיהם נישט געפעהלט איך וויל נישט איבערזאגען די אימאיידעלע ווערטער וואס א דיין קען לאזען פאלען, אלעס פאר זיין כבוד
דער פראבלעם אינז זעמער נאר דעת בעה"ב אין אינז פארשטיי מיר נישט דעם דעת תורה[בילד – נישט אפגעהיט]
עמיצער געדענקט נאך ווען ר' יחזקאל ראטה איז געווען דער בעל מכשיר איידער דער באטורר האט אים איבערגענומען?
נא וואס ווילסטי זאגען ?
[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'וועט איהם גארנישט העלפען ס'איז דא א פראבלעם מען פראבירט צו מאכען א שווייג דורך א עד אין די צייטונגען און מיט באזאטיגען מנקרים
ס'איז לדעתי נישט דא נאך א אזא קארפטירטע פעלד ווי השגחה אין כשרות, כ'מיין דער איינציגער וועג איז צוריק גיין ווי אמאל נאר עסען וואס איז געמאכט אליינס
על הגאולה-------המבזה ת"ח אין לו תמורה--ו"א"ל
התמורה
------------------------------------------------------------------------
דאס
אז אלעס איז כשר וישר איז אמת ויציב.
דאס אז עס מאכט זיך אמאל שאלות אין סיי וואס פארא
פעלד. לכבוד דעם איז דאך תורה הוא וללמוד
אתה "והרבנים"צריכים.
דאס שלאגן פאליטישע
קאפיטאל און בלאזן רויך א שטייגער להבדיל קערי .דיען.ראוו.
דאס איז א שאנדע .
אויך
נאר פאר אינז עמך אידן. אז מיר שטעלן זיי פאר אונזערע פני הדור.
און די דרך פון
האנדלען א שאלה אדער א ספק שאלה איז נישט א נייער. ס'איז דא אויף אלעם א וועג.
עס אס
זענען דאך דא אין שראנק 1000'טער שו"ת ספרים
ס'איז נאר דא נעבעך וואס נעמען אן דעם דרך העקום לנו מקאשוי...............
תוקן על ידי - kleinekup - 22/11/2006 19:56:36
דעס אז עס איז דא שאלות אין כשרות איז נארמאל אין די היינטיגע וועלט א יעדען טאג נייע מציאות'ר וכו' אויף דעם האט קיינער נישט קיין טענות, ס'מאכט זיך פון מאל צו מאל מכשולות ס'איז אנגענעמבאר
אבער די שייגעץ שטיק איז "קאוועראפ" צו מאכען א שווייג אין זאגען אויף חלב דאורייתא, נע ס'איז בכלל נישט קיין חלב דאס איז שקאצעריי אן עון פלילי וואס טאר נישט פארשוויגען ווערען
קיינער שלאגט נישט מיט דעם קיין קאפיטאל אדער פאליטיק די יונגעלייט וואס זענען אין דעם פארמישט זענען נישט געגאנגען צום פאבליק מיט די פראבלעם נאר די ערשטע זאך אנגערופען דעם באטור רב דער בעל המכשיר, נאכדעם וואס ער האט זיך אויסגעלאכט איז מען געגאנגען צום וועד הכשרות פון התאחדות הרבנים, וואס ביי די וועי האט דער באטור רב זיך אנטזאגט אנטייל נעמען - נאר אראפגעשיקט זיין הויפט משגיח אין צוויי מנקרים - וואס דארט ביי די מיטינג האבין אלע באטייליגטע רבנים מיט זיין הויפט משגיח מחליט געווען אז עס איז חלב דאורייתא, די מנקרים טעהנען טאקע אז עס איז נישט חלב נאר כשר פעטען, איז דא א מחלוקה צווישען הרבנים הגאונים היושבים על מדין מיט צוויי מנקרים, וואס איך וועל נישט פורש בשמם זיין וואס ווען דער שטאט זאל וויסען ווער זיי זענען וואלט מען שוין לאנג געאסר'ט עסען פלייש
שקר שקר שקר
על הגאולה . ביסט א בלאסער שקרן.
א ריכטיגער מבעיר את הבעירה.
וואס אויף דעם זאגט שוין השי"ת אין "זיין" תורה:שלם ישלם
דאס איז די גאנצע וואס די האסט צו ענטפערן שקר שקר
האסט מיך אפגעפרעגט
איך וויל נאך צולייגען איין פרט
אז איינע פון די מנקרים האט מען ביי די מיטינג געפסל'ט פון זיין א מנקר, די חברי בית דין המיוחד לעניני כשרות זאגן אז ער האט פארלוירען זיין נאמנות אין ניקור, ווייל ער ווייסט נישט ריכטיג וואס איז חלב אין וואס איז נישט, לשבחו יאמר אז ער האט איהם טאקע געשטעלט אויף א צווייטע פאזיציע נישט אויף ניקור
די מחרחרי ריב פון התאחדות הרבנים זענען נעבעך אובד עצות, זייער הכשר איז פון די שוואכסטע, ס'גייט מטה מטה, דער באטערער רב מיט זיין ברודער דער וואלאווער רב זענען היינט צו טאג פון די גרעסטע בעלי מכשירים, דער טראק פון קרית יואל פאלטערי שפרייזט ארום דא אין בארא פארק א גאנצן טאג, ווי אויך זעט מען זיי כסדר אין וויליאמסבורג, און אין מאנסי, און ר' איצא האלט דאס נישט אויס, פראבירט ער כסדר צו מאכן א טומעל כאילו די אלע אנדערע הכשרים זסענען מפוקפק, דא האט ער פרובירט מיט קרית יואלער פלייש מיט א מעשה מיט זאלץ, ווע מען האט עם געפרעגט אז אויב איז א שאלה אויף די זאלץ, (וואס אגב האט ער רבי ז"ע זייער מקפיד געווען צו נוצן נאר די זאלץ, איז היתכן אויף פסח ניצט מען נאר די זאלץ, אויב איז דאס נישט כשר איז ויאזוי איז דאס כשר אויף פסח, (די זעלבע ווי די עירוב פייטערס, וואס שרייען געוואלד אז מען טאר נישט און מען קען נישט מאכן א עירוב אין ווילאמסבורג ווייל עס איז דאך א רשות הרבים דאורייתא, איי וויאזוי איז מען מתיר אים סוכות, אויב איז דאס א רשות הרבים טאר מען דאך סוכות אויך נישט מאכן, איז דער ענטפער, תיקו) כשראה ר' איצא אז די זאלץ פראבלעם קלעבט נישט, איז געווארן א נייער פראבלעם מיטן נאמען "בדיקת סכינים", אז ס'איז נישטא א משגיח קבוע לבדיקת סכינים, איי דער רבי זי"ע האט ארום געטענה'ע מיטן אלטן באטערער רב ז"ל וועגן דעם נידון און האט געטענהעט אז אינדערהיים האבן די שוחטים אליין בודק געווען די סכינים, ער האט בהחלט געוואלט אז דאס אחריות זאל זיין דווקא אויף די שוחטים און נישט אויף איין אדער צוויי משגיחים, ער האט נאר קוים מסכים געווען אז עס קען זיין א משגיח נאר "בנוסף" צום שוחט'ס בדיקת הסכינים, דער אחריות זאל קלאר בלייבן אויף די ערליכע שוחטים, און אזוי איז איינגעפירט אין קרית יואל און און אין מיל מארט,
כשראה ר' איצא אז מיט קרית יואל קען ער זיך קיין עצה נישט געבן, (טראץ די העפליכע הילף פון דעם לונעטיק אלתר משה גאלדבערגער וואס האט נעכטן ביינאכט אין קאנטינענטאל געזאגט שמייכעלדיג אז ער ווייסט אז די גאנצע פרשה איז באלאני (כלשונו הקדוש) נאר אז זיין איינציגער ציל איז צו צוקלאפן די הצלחה פון קרית יואלער שחיטה, ווייל ווי ער ווייסט איז רוב רובו פון היימישן עולם אין גאנץ ניו יארק זייער מהדר צו קויפן נאר די דאזיגע שחיטה), און בכל זאת העלפט דאס עם נישט און האט בחרפתו הגדולה געמיזט צוריק ציען פון זיין פארארדענונג צו די עטליכע קעטערערס וואס האבן זיין הכשר נישט צו נוצן קרית יואלער שחיטה, האט ר' איצל מחליט געווען זיך צונעמען איבער שונא נומבער צוויי, דער באטערער רב, און ערפינדען א נייעם מכשול, חלב דאורייתא אין די צונג, זיי האבן דערווישט א צונג וואס איז כלומפערשט געקויפט געווארן ביי מיל מארט, וואס איז נאכנישט מנוקר געווארן, און כידוע, ברית כרותה "ללשון" הרע שתתקבל, מען לויפט ארום מיט די צונג צו אלע רבניםלעך, וואס האבן אין זייער לעבן נאכנישט געזען קיין צונג, (איך מיין פון א בהמה, ווייל דער עלם שטרעקט זיי כסדר ארויס די צונג...) און זיי האבן שוין א מיינונג, דער באטערער רב שליט"א האט זיך אפגערעדט אז אינטרעסאנט אז יעדער רב האט שוין געהאט די זכי' צו זעהן די צונג, אויסער... ער אליין, צו עם, דער ארגינעלן בעל מכשיר איז נאך קיינער נישט געקומען ווייזען קין שום מכשול, למעשה איז דאס א געלעכטער ווייל קודם כל איז אין די צונג בכלל נישטא קיין חלב, דאס וואס מען איז מנקר די צונג איז נאר די אדערלעך און ביי די צונג איז דאס נאר "ליתר שאת" ווייל די צונג קאכט מען נישט דאס ווערט געבראטן און דארט איז נישטא קיין חשש פון בלוט, אבער ווי געזאגט דאס אלעס איז אויב דער גאנצער פראבלעם וואלט אמת געווען, למעשה איז די גאנצע זאך א בלויזער שקר פיל מיט סתירות און פיל מיט רשעות און ווי געזאגט איז דער איינציגער ציל איז נאר מבאיש ריח זיין פארן באטערער רב שליט"א וואס איז איינער פון ר' איצלס גרעסטער קאמפעטישאן, און איז כידוע איינער פון די גרעסטע מומחים אויף דעם פעלד פון הכשרים,
תוקן על ידי - פשטידא - 22/11/2006 22:50:01
על הגאולה
דארפסט פארשטיין טייפן נעמט צייט
אז די מאכסט דיר אייגענע פאקטן איז וואס האב איך מיך צו טענה'ען?
איך שטעל מיר אז אויב די טוסט אזעלעכס דאן וואס וועט זיין אז איך אדער א 2טער וועט דיר
אויפווייזן דעם אמת? וועסטו ווייטער נאגן פון פינגער עפעס.
ע"כ דריי א צווייטן דעם קאפ
יענקעלע בארואיגט אייך
נארמאל וואלט מען דיינע דברי הבל בכלל נישט געדארפט ענטפערען נאר פאר די תמימי לבב וואס קען זיין וועלן אפקויפען דיינע נארישקייט וועל איך בקיצור דא זאגען
א. קודם כל רעדט זיך דא מיט לעבער, נישט צונג, נישט די דרייצענטע ריפ, נישט די אופן הניקור (ווי די באטור רב וויל זאגן אין זיין בריעוו). מ'רעדט פון לעבער וואס ווערט פארקויפט אלטץ מנוקר און ס'האט נאך אלטס שטיקלעך חלב דערויף.
ב. דער סאטמאר רבי שליט"א האט געלאזט אראפרופען דעם אינגערמאן וואס האט געטראפען דעם פראבלעם און איהם אויסגעפרעגט פונקטליך די מעשה, ס'הייסט די רבי גייט נעמען ווייטערדיגע שריט ווען ער קומט אהיים פון ארץ ישראל.
ג. די התאחדות הרבנים האט נישט ערפינדען דעם פראבלעם, ס'איז קודם געווען א רב אין בארא פארק, און נאכדעם וואס ער האט גערעדט מיט די באטור רב וואס האט זיך אנטזאגט דן זיין איבער דעם פראבלעם, און ווי אויך בעלסקי פון די אוי יOU האט זיך נישט געוואלט וויסינדיג מאכען (אויפען באפעל פון 'הרב' גענאק וואס איז איינוועגס אויך שותף מיט האללענדער פון מיעל מארט), האט מען די פראבלעם געברענגט צו די בית דין המיוחד לעניני כשרות.
קליינעקאפ, זעעט אויס אז שמא קגרים
על הגאולה טעות לעולם חוזר,
דער איינציגער חילוק איז אז די לעבער האט נאך קיינער נישט ארויס געשטעקט פאר די רבנים'לעך,
סא, דיסריגארד מיין דזשאק, נישט געלונגען...
אבער די פאקטן וואס איך האב געשריבן איז קראנט, ביי די לעבער איז נישטא קיין חלב דאורייתא,
איך האב היינט גרעדט מיט 4 אלטע בוטשערס, איינער א חשובער איד וואס ארבייט נאך היינט
אין 82 בוטשער, און די אנדערע דריי, זייער ערליכע באקאנטע בוטשערס-מנקרים,
קענסט מיר מסביר זיין, התאחדות הרבנים ובראשם עפעס א רב פון בארא פארק (?)
האבן געטראפן א פירצה אדירה א מכשול גדול ונורא, אז מיעל מארט איז מכשיל כלל ישראל
מיט "חלב דאורייתא" מען מאכט א מיטינג, דער באטערער רב לאכט זיך אויס, און שיקט אראפ
אפאר אומערפאנענע מנקרים אשר לא יודעים בין ימינם לשמאלם, דער בית הגדול פון
התאחדות הרבנים פסל'ט גלייך אויפן ארט דעם דאזיגן בעל מנקר,
און איך ווער דאס געוואויר אין די מקוה, און אויפן אינטערנעט פון על הגאולה,
קיין שום פלאקאט, קיין לאפרושי מאיסורא נישט, קיין שום אויפמערקזאם צעטיל נישט,
גארנישט, גארנישט, יא דא עסט מען חלב דאורייתא, און דער סאטמארער רבי שליט"א
וועט זיך באפאסן מיט דעם ווען ער קומט צוריק פון ארץ ישראל,
אויב גלייבסטו דאס, דאן האב איך א בריק צו פארקויפן...
אויב איז דס אמת, דאן זענען ד רבנים בכלל מכשילי הרבים, און זיי זענען פסול צו זיין רבנים,
זיי קימערן זיך נישט מיט דעם אז כלל ישראל עסט ר"ל חלב דאורייתא,
נאר הוא אשר דברתי, די מעשה איז כולו שקר מתחילתו ועד סופו, און די רבנים ווייסן דאס זייער
קלאר, און דעריבער לאזט איצא ארויס אזא קלא דלא פסק, און פארשפרייט די שקרים אין די מקואות
און אויפן אינטערנעט, און לאזט ווייטער דעם עולם זיך אנשטאפן מיט חלב דאורייתא,
על הגאולה
הער גוט צו.
איינער א אנדרייער האט געטראפן א הייטל און געדרייט דעם
עולם א קאפ דערמיט
דאס אז פון 5 שטיקלעך איז עס נאר געווען אויף איינעם איז נומער
1.
און דאס אז משנייד דאס אוועק אלעמאל דאס ווייסטו אויך
נאר וואס דען
איז דאס הייטל בכלל חלב? ניין ניין ניין. מ'שניידט עס אוועק אלס מראת עין
נאר וואס דען ? דריי די מיטן גראבן פינגער
ווייטער
------------------------------
באטורער רב האט מען "נישט" גערופן צום
"שטורמישן אסיפה"
מהאט אים געהאלטן אין די טונקל ווי לאנג נאר
מעגליך
--------------------------------
דאס אז ער איז פון די ELITE השגחה'ס איז
נישט עפעס וואס די האלטסט ביים אראפשלינגען
דעמאלטס.
שטיק דיך
דארויף
דאס וואס די זאגסט
תוקן על ידי - kleinekup - 22/11/2006 23:04:11
אזעלכע טויטע קללות, OUCH
פרעג דיך בעסער נאך ביי די לעבער קען זיין חלב הכליות אז מען איז נישט גוט מנקר
מ'האט די לעבער יא געוויזען פאר כמה וכמה רבנים ובתוכם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
יאנקעלע
במחילת כבודך הרמה
באטור רב האט זיך גארנישט אויסגעלאכט. ער נעמט יעדע זאך זייער ערענסט
פרוביר עם אמאל אויס
די בעסטער MOST EXPERIENCED מנקר איז אראפגעגאנגען
דער רבי פארשטייט צו חלב. אזוי ווי ער פארשטייט צוצוגנבנן בנינים.
דער רבי שמעקט א פארשימעלטע מערכה פון 100 מייל ווייט , וועגן דעם האט דער רבי גלייך
פארשטאנען אז מ'וויל דא סתם אנטינופען.
באטור רב האט געטון לפמה"ד און געשטעלט דעם מנקר וואס האט בטעות געלאזט דעם שאלהדיגע הייטל
אויף א 2טע פאזיציע. ווייל ער איז PROACTIVE
לאפוקי אנדערע ארגאניזאציעס וואס BACKEN זייערע מיסטעיקס וואכן דערנאך
מזונות מבין יוכיח
קליינעקאפ ווען איינער קטנ'ט אויף דיר זאגסטו מסתמא אז עס רעגענט
אמממממממממממ
ס'רעגנט דא?
אדער איינער פרובירט צו ק.....נ,ן אויפן ציבור ?
קליינקאפ,
עפעס פעלט אין דיין תגובה, איין ווארט קלעפט נישט מיטן אנדערן,
איך ווייס נישט הלנו או לצרינו,
ביסטו מיין פרענד אדער גרייפסטו מיך אן.
איך בין נישט קיין אגענט פאר מיעל מארט,
און נישט פארן באטערער רב,
אויב טויג עפעס נישט דאן דארפן די רבנים ארויס קומען אזוי ווי אין מאנסי,
און אויב קומען ארויס אפאר אנאנימע בני בלי שם,
איז קלאר אז דאס זענען די מחרחרי ריב,
וואס פרובירן בכל תוקף ועוז אינטער צו ברעכן די רבנים,
דער באטערער רב איז ביי מיר פיל מער באגלייבט ווי ר' הלל וויינבערגער
וואס פון מיין עקפיריענס מיט עם פארשטייט ער צו השגחות פונקט ווי צום עירוב מיט
די מילך קעסטלעך, ער איז א עקסטרעמער פאליטיש געצילטער רב,
ער איז דער איינציגער רב וואס האט נישט געוואלט גיין באזוכן
דעם בית השחיטה אין קרית יואל, טראץ וואס מען האט עם כמה פעמים געבעטן,
בו בזמן ווען רובא דרובא רבנים דיינים און בעלי מכשירים פון אלע קרייזן
זענען שוין דארט געווען, און אלע כולם כאחד באוואונדערן דעם מהלך השחיטה
און בפה מלא זאגן זיי אז דאס איז דאס מהודרסטע בית השחיטה אין כדור העולם,
יא, איך פארשטיי אז ר' הלל וויינבערגער האט נישט קיין אבליגעשן אהין צו גיין,
אבער ר' הלל טייערער, ווי לאנג איר גייט נישט אליין באזוכן דארט, קענט איר
אויף דעם קיין מיינונג נישט האבן, וואס איר הערט אייך אן אויפן האט ליין פון
אלתר משה איז לגמרי נישט מאסגעבענד, אז איר ווייסט נישט, דאן שעמט אייך נישט צו
זאגן איני יודע, ס'איז נישט קיין שאנדע צו זאגן אז איך ווייס נישט, אבער ס'איז יא א
שייגץ'שטיק צו זאגן א מיינונג ווען מען ווייסט נישט.
גאלאנטער רב טויג נישט ביי דיר
הרב ברודי רב דקהל שערי אורה, טויג נישט ביי דיר
אבי צוריק געשאסן,
איז דא עפעס א קול קורא פון גאלאנטער רב אדער פון הרב ברודי,
בכלל ווער איז דער הרב ברודי?
[בילד – נישט אפגעהיט]
#2
[בילד – נישט אפגעהיט]
#3
[בילד – נישט אפגעהיט]
יאנקעלע
איך בין א "אח" נישט א צרה
--------------------
אגב בין איך א גרויסע FAN פון דיין שרייבן
hotwire
----------------------
small update
the "KELOYOIS" are in a
different area
חלב הכליות איז עס "נישט"
יא דעם שטיקל נעמט מען געווענליך אראפ "מפני מראית עין"
דא זעען מיר בעין ווי הייליג אינזערע חז"ל זענען
אז ווען זיי זאגן מראית עין מיינט מען נישט דעם גוי.............
{ליין:עירוב ראדני}
ממיינט דעם חשובן אינגערמאן וואס לערנט זיך הלכות ניקור
אגב.
אמת עס באלאנגט נישט דארט דער שטיקל הויט. אבער פון א הייטל ביז די דערציטערענדע
"חלב דאורייתא" איז פאלג מיך א גאנג
תוקן על ידי - kleinekup - 23/11/2006 1:16:25
האטווייער, שכוח פאר די בילדער (פון ווי האסטו דאס פארשאפט)
כדי שלא יאמרו הבריות מדשתקו ניחא להו צו די שטותים פון קליינערקאפ (כשמו כן הוא) וועל איך באלד אהער שטעלן ציורים פינקטליך אז די כליות זענען העכער די לעבער און דערצווישען איז דא חלב וואס הייסט חלב הכליות
ולך מח-קטן גיי לערנען נאכאמאל איבער מסכת חולין, קען זיין ווען מען וועט ביי חבורת יסודי התורה לערנען חולין וועסטו קענען בעסער פארשטיין פרשה זו
al hageila
dont get testy , and dont be a sore loser,
just try better next time
? and whats the latest update with the rabbunim ,mister al hageela,
what do all the rabunim say? is it chailev? was it chailev? stop dreying a kup
if you want you can continue to make fun of my NICK
מח-קטן די מיטינג אין מיעל מארט איז געווען זייער שטירמיש אב"ד מעזיבוז האט זיך זייער שארף אויסגעדריקט אנטקעגען די מנקר הרב מחפוד וואס די באטור רב האט אראפגעברענגט פון ארץ ישראל
ס'איז געבליבען ביים אלטען דערווייל
הרבנים מגאלאנטא מעזיבוז סערדעהאלי, הרב ברודי, בעלסקי האלטען אז ס'איז חלב דאורייתא
הרב מחפוד, הרב מבאטור האלטען אז עס נישט קיין חלב
די קומענדיגע וואך גייט פארקומען נאך אן אסיפה בהשתתפות כמה רבנים, די באטור איז שוין מסכים אראפצוקומען, מ'גייט דן זיין אויף די חלב פראבלעם און נאך געוויסע אנדערע פראבלעמען וואס איז דא ביי מיעל מארט די לעצטע פאר יאר
און אנדערע נייעס
היינט איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה בנוגע די פרשה ביי די ליטווישע רבנים בבית הגאון ר' פייבל קאהן שליט"א בהשתתפות ראש ישיבת מיר הרב בירנבוים שליט"א מיט נאך ליטווישע רבנים וואס שטורמען מורא'דיג עס האט אויף געטרעטען א רב פון מאנסי הרב אויערבאך און נאך
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
רבוש"ע
אוודאי איז דער כליות אין אויך די לעבער אין בויך פון די בהמה
נאר אז דיין קאפ איז אויך דארט דאס האב איך פארפאסט אינעם בילד
---------------------------------------------------------------------------------------
איז עס חלב?--------ניין
אלע רבנים איינשטימיג? -------------יא
נעמט מען דעם שטיקל הייטל געווענליך אראפ?--------יא
פארוואס נעמט מען עס אראפ? --------מפני מראית עין
איז די אסיפה נעכטן אין מיעל מארט געווען שטורמיש?----פרעגט דעם וועטער נביא
----------------------------------------------------------------------------------------
ווער עס איז געווען דארט האט מיר איבערגעגעבן אז:
מהאט געקענט דערקענען אויפן פנים ווער פון די רבנים האבו נושא ונותן געווין להלכה
איו וועלכער האבן פרובירט צו פלעקסען מאסעלס.
איין ב"פ כוכב איז נאר געווען פארנומען אז מזאל אויפהערן שופך דם זיין ווייסמאנדלען.גיי ווייס
וואס ער וויל...........און ווי דאס קומט צו חלב..........אפשר צו "כבוד"..................
יעצט איז אזוי
על הגאולה . מלוה מלכה.מלחמת ה'
----------------------------
I CHALLENGE YOU
צו פרעגן און POINTEN אמת'ע פאקטן. נחשט סתם גראדזשענען אין ווארפען פסוקים און בילדער
א דאנק
----------------------
ווי אויך אז אויב עס איז נישטא ווייטער וואס צוצולייגען.
איז נישט קיין מצוה צו סתם טענה'ען אדער טייפן.
מהאט שוין געהערט אזאנס אז מ'ווישט די נאניע און מ'גייט ווייטער
----------------------------------------------------------
AN APOLOGY IS NOT EVEN EXPECTED FROM THE KIND OF PEOPLE LIKE YOU
מח קטן, גיי לערען נאכאמאל ניקור
די לעבער האט צוויי זאטען, איין זייט איז מחובר לחלב הכליות די צווייטע זייט איז דא א הייטעל וואס מען דארף אויכעט אראפנעמען (א מפורשדיגע סעיף אין שו"ע) נאר דאס איז נישט חלב
קבלתי באישי
די גאנצע מעשה איז איין שטיק בלאף ורציחה
עס איז אמת אז מען האט געטראפן א שטיקעל אויף די לעבער, די שטיקעל איז פארזען געווארן דארט,
עס איז א טעות וואס קען זיך מאכען סיי ווי אין סיי ווען, אין עס האט זיך שוין געמאכט איבעראל די טעותים, אדער ענליכע טעותים
די שטיקעל איז אזוי גרויס ווי א שעורה, א פינטל. נישט גרעסער
עס איז א זאך וואס קען זיך מאכען, עס טאר זיך ח"ו נישט מאכען, אבער פין צווישען מילאנען שטקלעך כשר שטיקלעך פלייש האט זיך עס געמאכט
דער שטיקעל וואלט סיי ווי נישט אנגעקימען צום קאסטומער, ווייל דער בוטשער וואלט עס נאך אוועק געשניטען, זיי שניידן נאך אוועק די עקן, וכדומה
נערמאלערהייט ווען וועלט איז וועלט, גייט מען צים בעל המכשיר מען ווייזט אים עס, מען מאכט תיקונים אז עס עס זאל מער נישט געשען, ווייל א טעות קען זיך מאכען,
היות אבער אז היינט ציטאגס לעבן מיר אין א אנדערע וועלט, א וועלט ווי רשעות ורציחה פארנעמט דעם אויבן אן, איז געשען וואס עס איז געשען, מען האט געמאכט א שטינק על לא דבר מען ווארפט זיך מיט יענעם פאר גארנישט, קיין שום רב, האט גארנישט קעגן מיעל מארט
בנוגע די מעשה פין מלחמת ה
די מעשה האט נישט קיין הענט אין קיין פיס
1}פארוואס האט דער חשובער אינגערמאן געדארפט 5 שטיקער בהמה לעבער?? קר"י בוטשער פארקויפט נישט אזויפיל אין א חודש!! {עס איז נישט א גאנגבאר ארטיקעל
2}פארוואס האט ער עס געפענט קעגן צוויי עדים??, פארוואס האט ער געטראכט אז ער גייט טרעפן חלהב??
3}וואס איז מיט די אנדערע 4 שטיקער לעבער???
5}ווי זענענן אלע רבנים, שוחטים ובדקים, בוטשער סטארס, פארוואס באמערקן זיי גארנישט?? אויב עס איז אמת אז מיעל מארט ווייסט נישט ווי אזוי מנקר צי זיין??!!
פארוואס דארף די מעשה זיין מיט א איגערמאן וואס האט קבלות אויף ניקור??
דער אמת איז,
אז עס האט זיך טאקע אדורוך געגלישט בשוגג די שטיקעל חלב, ,
אבער עס איז נישט קיין זאך וואס איז געשען מיט 5 לעבער נאר פשוט די איין שטיקעל, די מנקרים ווייסען זייער גיט וואס זיי טיען
נערמאלערהייט, ברענגט מען ארויף אזא מכשול פארן רב בעל המכשיר, ער נעמט די זאך אין די האנט, ער מאכט א אסיפה צווישען זיינע מנקרים, ומשגיחים, אין מען איז זיך מקבל אז עס זאל מער אפאכט געבן
דא אבער איז איינער געגאנגען, ווייל ער האט א אלטע חשבון מיט דעם באטעור רב אין ער האט געמאכט א שטינק דערפין
ווען באטעור רב וויל ווען קען ער צוריק געבן מנה אחת אפים, ווייל יעדער וואס טיט אין הכשרים ווייסט אז א טעות מאכט זיך כסדר, אין טאקע וועגן דעם דארף מען א ערליכעם קליגען בעל מכשיר וואס זאל שטיין כסדר אויף די וואך
נאך א פוינט
עס איז נישט דא קיין שים חיוב אז דער באטעור איז מחיוב צי זאגען פארן ציבור אז דא איז עפעס געווען א טעות
דער ציבור קען ווייטער עסן די פיצא רואגערהייט, אין נאכקימען אלע תאוות 100% פראצענט
אזוי אויך די אלע וואס זיצען דא אויפן טריפה'נעם אינטערנעט אין פייטען מיט בכיות פאר כבוד שמים, זיי קענענן עס ווייטער טיען מיט א רואיגערהייט
וואס יא?? ער האט גענימען די נויטיגע שריט אז עס זאל מער נישט פארקימען,
אייביג מאכט אז עס געשענט א פראבלעם, אין דאס איז די ארבייט פין א בעל המכשיר צי זען אז עס זאל מער נישט פאסירען
אבער ער איז אבעסאלאוט נישט מחיוב יעצט זיך אויסצי שרעקן ברבין פאר א פאר ליידג גייערס וואס ווייסט נישט אין וועלכע חלק שלחן ערוך די הלכה שטייט
די אלע ערליכע אידן וויסען דאס אין פארשטייען דאס
יעדער נערמאלער רב וואס האט נישט קיין אגענדא האלט מיט אים
מח-קטן על ראשון ראשון
קבלתי באישי
די גאנצע מעשה איז איין שטיק בלאף ורציחה
עס איז אמת אז מען האט געטראפן א שטיקעל אויף די לעבער, די שטיקעל איז פארזען געווארן דארט,
נאך צענדליגע תגובות אז מען האט קיינמאל גארנישט געטראפען איז ער שוין מודה על האמת
עס איז א טעות וואס קען זיך מאכען סיי ווי אין סיי ווען, אין עס האט זיך שוין געמאכט איבעראל די טעותים, אדער ענליכע טעותים
קיינער האט נישט קיין טענות אז ס'האט פאסירט א טעות, זיי מודה על האמת און זיי מתקן, נישט מאך א שווייג און א קאוועראפ און שרייב יאכלו ענוים וישבעו
די שטיקעל איז אזוי גרויס ווי א שעורה, א פינטל. נישט גרעסער עס איז א זאך וואס קען זיך מאכען, עס טאר זיך ח"ו נישט מאכען, אבער פין צווישען מילאנען שטקלעך כשר שטיקלעך פלייש האט זיך עס געמאכט
פיו הכשילו, דאס איז די פראבלעם ווי באלד עס איז כשעורה איז דאס חלב דאורייתא איסור כרת
דער שטיקעל וואלט סיי ווי נישט אנגעקימען צום קאסטומער, ווייל דער בוטשער וואלט עס נאך אוועק געשניטען, זיי שניידן נאך אוועק די עקן, וכדומה
אין ממילא אז עס ס'וואלט ממילא נישט אנגעקומען צום קאסטומער איז וואס, איז שוין נישט געשעען א פראבלעם, און ווען דער קאסטומער באשטעלט א גאנצע קעסטעל אום אויפגעפענט (ווי ס'איז געווען די מעשה) וואלט דער קאסטומער קיינמאל נישט געוויסט אז ער דארף אוועק שניידען די עקען
נערמאלערהייט ווען וועלט איז וועלט, גייט מען צים בעל המכשיר מען ווייזט אים עס, מען מאכט תיקונים אז עס עס זאל מער נישט געשען, ווייל א טעות קען זיך מאכען, היות אבער אז היינט ציטאגס לעבן מיר אין א אנדערע וועלט, א וועלט ווי רשעות ורציחה פארנעמט דעם אויבן אן, איז געשען וואס עס איז געשען, מען האט געמאכט א שטינק על לא דבר מען ווארפט זיך מיט יענעם פאר גארנישט, קיין שום רב, האט גארנישט קעגן מיעל מארט
מען האט דייקא יא גערופען דעם באטורער, הן ווען מען האט עס געטראפען דעם ערשטע מאל ביי באבובער בוטשער הערבסט אויף 18 עוועניו, דאמאלטס האט ער געזאגט א תירוץ, און הן דער צווייטער מאל ווען מען האט געטראפען ביי ירושלים בוטשער אויף 13 איז דער ערשטער געווען דער באטור רב און נאכדעם די בית דין המיוחד
בנוגע די מעשה פין מלחמת ה
די מעשה האט נישט קיין הענט אין קיין פיס
פריער האט ער שוין מודה געווען אז די מעשה איז אמת מען האט געטראפען נאר א קליין שטיקעל כשעורה, יעצט האט דאס שוין נישט קיין הענט און קיין פיס
1}פארוואס האט דער חשובער אינגערמאן געדארפט 5 שטיקער בהמה לעבער?? קר"י בוטשער פארקויפט נישט אזויפיל אין א חודש!! {עס איז נישט א גאנגבאר ארטיקעל
בהמה לעבער איז זייער א גאנגבאר ארטיקעל זייער באטעמט כידוע למבינים, ב' דער יונגערמאן האט געוואלט דייקא א פארמאכט פעקל פון די קאמפאני וואס איז פארקויפט אלטץ מנוקר
2}פארוואס האט ער עס געפענט קעגן צוויי עדים??, פארוואס האט ער געטראכט אז ער גייט טרעפן חלהב??
ווייל ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס מען טרעפט עפעס, איינמאל האט מען שוין געטראפען ביי הערבט אויף 18, דעמאלטס האט די באטורער געהאט תירוצים און באשולדיגט דעם יונגערמאן, יעצט האט ער זיך באווארענט און געעפענט בפני ב' עדים נאמנים וכשרים
3}וואס איז מיט די אנדערע 4 שטיקער לעבער???
וואס זאל זיין דערמיט, לאמיר זאגען אז אלע אנדערע 4 האבין יא געטויגט, איז וואס, 1 שטיקעל האט געהאט חלב דאורייתא. צופעליג האבין נאך צוויי שטיקלעך געהאט פראבלעמען, נאר נישט כשיעור שעורה
5}ווי זענענן אלע רבנים, שוחטים ובדקים, בוטשער סטארס, פארוואס באמערקן זיי גארנישט?? אויב עס איז אמת אז מיעל מארט ווייסט נישט ווי אזוי מנקר צי זיין??!!
פון ווי ווייסטו אז מען רודערט נישט, נישט יעדע זאך קומט אהן צו די גאס
פארוואס דארף די מעשה זיין מיט א איגערמאן וואס האט קבלות אויף ניקור??
אין אז דער אינגערמאן האט קבלות אויף ניקור איז וואס איז די חסרון?
מעידזשער נייעס
א.
דער באטור רב קומט ארויס מיט א נייער בריעוו (אין דער בלאט דער איד) מיט הוספה אויף די בריעוו וואס איז געווען נעכטען אין נייעס באריכט
נייער דעיט אור ליום ה'
נייער שורה: היות שלדאבוני נמצא על כבד אחת בלבד שניקרו תחת השגחתי, איזה דבר שדרכינו הוא להסירו, ע"כ חזקנו את סדר ההשגחה ביתר שאת, שלא יהי' כן בעתיד
וכן אודיע בזה, שכל מיני בשר, כבדים, ומוצרי בשר, שנעשו תחת השגחתי, אין עליהם שום חשש ופקפוק
דער באטור רב איז א מודה במקצת, נאך גרויס פרעשור פון צענדליגע רבנים ודיינים יושבים על מדין
א חידוש ער האט זיך נישט קודם דורך גערעדט מיט מח-קטן
[בילד – נישט אפגעהיט]
העתק כתב יד
[בילד – נישט אפגעהיט]
נה
[איך האב דאס באקומען אין אישית, קיין השגה אין די גאנצע פרשה, כ'שטעל עס אריין ככתבו וכלשונו]
מלחמת השטן שרייבט
די רבנים פון התאחדות הרבנים זענען זייער נישט ציפרידען געווען פונעם סדר הניקור, און האבן פארלאנגט שטארקע תיקונים. אבער דער באטערער רב האט ארויסגעלאזט א שמועה נאך די אסיפה, כאילו דער גרויסער מומחה פון בני ברק, הרב שלמה מחפוד, האט געזאגט אז ס'איז נישט מעגליך צי טרעפען קיין חלב דאורייתא אויף די לעיבער, און ממילא איז דער מכשול מעיקרא ליתא.
רבנים וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך באלד פארבינדען מיט הרב מחפוד, מברר זיין דברים כהווייתן. ווי נאר הרב מחפוד האט געהערט די "שמועות" וואס מ'זאגט נאך בשמו, האט ער באלד מפרסם געווען א "הודעה" ווי ער שרייבט אז "שיקרו וסילפו את הדברים שכאילו אמרתי אין חלב הכליות בכבד. חס מלהזכיר זאת!".
דערנאך ברענגט ער א בריוו פין רב מחפוד אז ער לייקענט עס
דער שקר אין די צביעות שרייט פין יעדן ווארט דא
1}דער באטער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז נישט מעגליך צי טרעפן קיין חלב דאוריתה אויף לעבער
איז ער דען א ע"ה,?? ווייסט ער נישט א טריקען שטיקעל מציאות אז יא?? זיין מנקר ר' מאיר א ת"ח עצום
ווייסט עס דען נישט???
2}מען האט ארויסגעלאזט א פאלשע שמועה אז דער באטעור האט עס געזאגט כאילו ער איז עפעס א גאסן אינגעל וואס ווייסט נישט וועלכע זייט מען עפענט מסבת חילון
דערנאך איז מען געלאפן צי רב מפחוד זאגען אז באטעור זאגט, אז ער האט געזאגט, וכילו
אין אויף דעם באציעט זיך דעם ברייו פין רב מפחד, ווי ער זאגט אז עס איז יא דא חלב אויף לעבער
ער שרייבט אינגאנצן נישט קעגן מיל מארט ווייל ער איז אלייס מודה אז ער האט נישט געזען יענע שטיקעל לעבער
רבותי עס איז שוין צייט אויסצישרייען פאר דעם ניק מלחמת השטן/ מלווה מלכה/ על הגאלה
צביעים נמאסתם , יעדער זעט אז ענק האבן דא א שמיציגע אגענדע
געניג!!!!!! געניג!!! נישט מיט ווארפן שמיץ קימט ערגעץ אן
דא איז נישט געווען מער ווי א ווייטיגליכע טעות, אז מען האט פארזען א קליין שטיקעל, ווי דער באטעור האט געזען די שטיקעל {א פאר טעג נאך אלע רבנים} האט ער גלייך מודה געווען אין גענימען די נויטגע שריט אז עז עס זאל מער נישט פאסירען
דאס איז די תורה וועג אין אזוי דארף מען זיך פירען, בכלל איז נישט דא שייך די ענין פין קאווער אפ
זאל איצא גליק קימען זאגן וויפיל מיסטעקס עס איז געשען מיט התאחדות די לעצטע יאר אליינס
זאל ר' הלל וויינבערגער קימען זאגען די מיסטעקס פין זיי השגחה וואס ער האט געכאפט
זאל ר' ווייסמאנדל קימען זאגן די מיסטעקס פין זיינע פלייש, זאל רב גרובער קימען זאגען ווי ער האט געטראפן לעכער אין זיין סיסטעם אין די זעלבע מיטען וואלאווע. השגחת קר"י
צבועים, פאררעטער , געניג!!!! הארגטס נישט יעדע הרגש פאר כשרות מיט ענקער פאלשע זעלבסט דינעדיגע געטריבענע קאמפיין,
עס איז געווען א טעות, דער פלייש וואלט סיי ווי קיינמאל נישט אנגעקימען צים קאסטומער ווייל דער בוטשער שנייט נאך אוועק די עקן
ווי דער נירבאטער האט עס געזען האט ער מודה געווען דערצי.. פיניש פיניש פיניש
ענקער קאמפיין קלאפט ענק ברוך השם צוריק אין פנים, פיין פאר ענק!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פאר מח-קטן, וכו' אלע וואס האלטעו אז דער באטור השגחה איז קודש קדשים ואין לנו רשות להרהר אחריה
פרעגטס ענק גוט נאך וואס איז פארגעקומען נעכטען ביים מיטינג
בהשתתפות
חברי בי"ד המיוחד לכשרות - גאלאנטע סערדעהאלי
הרב ברוידי
הרב בעלסקי
הרב מבאטור, הרב מאיר ראטענבערג
און איינוועגס פרעג דיך נאך וועלכער בריעוו דער באטור רב זוהן האט פארטיילט און קארלסבורגער כולל און פארוואס ער האט דאס מיט א קורצע צייט שפעטער צוריק געבעטען פון א יעדעם איינעם
הרב מרדכי אויערבאך מחשובי רבני מאנסי (א ליטווישער) ומומחה גדול בעניני כשרות נעמט אראפ מיעל מארט פון די כשרות ליסטע[בילד – נישט אפגעהיט]
al hageila
==========
nebech ,
who is rav oerbach? a mimcha? oy vey
where was he before he came to monsey? do you know or him just from now, this MIMCHE