היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואו טרעפט מען אזא גוטן כאר דא אין אמעריקע?

וואו טרעפט מען אזא גוטן כאר דא אין אמעריקע?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2087862

Ziskeit » 20/11/2006 07:10

איך האב געוואטשט די סיום הש"ס פון תשס"ה אין ארץ ישראל, און איך בין זייער נתפעל פון די חסידישע כאר פון חיים בענעט וואס זינגט דארט. זיי זינגען זייער פראפעשאנעל, אלע אין איין טאן, קיינער שרייט נישט ארויף אדער אראפ. קיינער פאנגט נישט אן אן אנדערע פאל אדער אנדערע ניגון בטעות. דער עולם הייבט זיך און שפרינגט ווי משוגע.

דרוקטס דעם פאלגנדן לינק, און מישטס אויף צו 24:54 מינוט. האלט מיט וויאזוי זיי פאנגען אן שטאַט און ווערן צוביסלעך שנעלער און שנעלער, ביים סוף וויל שוין דער עולם נישט אויפהערן טאנצן.
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=1176

Ziskeit » 20/11/2006 09:37

זיי קאארדינעיטן אויך זייער גוט מיט די מיוזיק

קוקט בערך ביי 1:01:10, וויאזוי זיי זינגען אנפאנג פונעם מסיבה. אן ארקעסטרא און א גאנצע כאר, און זיי זינגען אזוי שיין אז ס'קוקט אויס ווי א זיי זינגען אויף א קאנצערט.

ביי 43:50 זינגען זיי ימים על ימי מלך תוסיף. דער עולם הייבט זיך. תוקן על ידי - ziskeit - 20/11/2006 9:40:44