די סאטמאר'ע חתונה אין בני ברק
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2087194
אי"ה די וואך דאנערשטאג אין בני ברק.
[בילד – נישט אפגעהיט]
גרויסע נייעס בנוגע די גרויסארטיגע סאטמאר'ע חתונה ווערט יעצט אויסגעארבעט.
פרטים יבואו!!!
די מאכסט מיר זייער נייגעריג, טו עס נישט קימענדיגע מאל.
אדער מעלדט שוין פון וואס די רעדסט.
מיינסט אפשר אז סקען זיין אז דער רבי וועט פארן?
די בילדער דא זענען זייער קליין מען קען עס נישט ליינען
ווען גייט זיין די חתונה?
וואו גייט זיין די חופה?
ווען?
וואו גייט זיין די חתונה?
ווען?
די מוה טאנץ
ווען? וואו?
ווער גייט קומען\גיין?
ווען? און וואו?
ווער פירט אן?
ווען ? און וואו?
עס איז דא צוויי סימבאלען אויף די חתונה
שבת באווארפען??????????
ווען? וואו? איז עס שוין געווען?
ס'איז שוין ווידער דא א רעדע אז רבינו שליט"א פארט !
כך שמעתי!
תוקן על ידי משמשבקודש ב- 19/11/2006 23:56:44
שא... ס'איז א סוד, אבער דער רבי פארט אי"ה קיין ארץ ישראל.
זאגטס קיינעם נישט אויס, ס'איז נאר ביטווין מי ענד יו.
אגב, אין בני ברק ארבייט מען שוין פעסט אויף ביאת כ"ק רבינו שליט"א.
נו ווער סדארף נאך א טיקעט, קאן זיך צו מיר מעלדן אנגעהויבן פון 770.00 און ארויף
שיקט אן אימעיל צו bcctravel@gmail.com
לידיעתכם !
עדיין אין מידע בדוק אם כ''ק מרן רבינו שליט''א יבוא להשתתף בחתונה, ואם כן אז לפי התכנית יהיה רק בחופה ולא בשום שלב של החתונה אלא ישתתף בשבת שבע ברכות .
לויט די יעצטיגע פלאן וועט רבינו שליט"א טאקע נישט גיין צום חתונה, נאר צום חופה, און ער וועט שוין דארט בלייבן אויף שבת שבע ברכות אי"ה.
רבותי די טיקעטס ווערן ווייניגער און ווייניגער און טייערער, ווער סאיז נישט זוכער צו ער פארט צו נישט קען נאר ארויף לייגן א האלד אויף א טיקעט ביז מארגן, און אז ער וועט עס דארפן וועט ער עס קויפן און אז נישט נישט, שיקט שוין א אימעיל צו
bcctravel@gmail.comפיינעל:
אדמו"ר מסאטמאר שליט"א גייט אי"ה פארן צו די חתונה אויף ארץ ישראל !!!
DTC
הרה"ח חיים העללער זינגט יעצט מי בן שיח, ביים חופה.
מיטצוהאלטען לייוו, קענט איר רופן "קוו הציבור" אויפן נומער
01197235600700
דריקט נומער 3
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין,
הרה"ג יוסף טייטעלבוים שליט"א ראה"כ סאטמאר בארא פארק מכובד מיט כתובה ליינען.
אב"ד שיניעווא שליט"א מכובד מיט די ערשטע דריי ברכות.
אב"ד וויזניץ שליט"א מכובד מיט דריי ברכות,
הגאון הגדול אב"ד זכרון מאיר שליט"א מכובד מיט ברכה אחריתא.
אינ טיים
סאיז נישט לייוו סאיז מן הסתם אפגערוקט מיט א האלבע שעה
יעצט האלט עס ביי מי אדיר און די האלטס שוין ביי ברכה אחריתא
וואס איז געשען יעצט ביי די חתונה?
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2090790 אדם כבן 20 התקרב לעבר הכניסה למתחם החתונה של סאטמר במתחם אוסם התנפל על השומר בכניסה ודקר אותו בחזה, השומר פונה לביה"ח במצב קל עד בנוני.
הדוקר לאחר "טיפול" מקומי קטן של האנשים בשטח,
טופל ע"י פראמדיק הצלה גוש דן שהיה במקום, ולאחר מכן למשטרת ר"ג.
תוקן על ידי - boro567 - 23/11/2006 19:51:21
טיילווייזע רשימה פון רבנים משתתפים
האדמו"ר הישיש מנאראל
גאב"ד קארלסבורג
האדמו"ר מודזיץ
האדמו"ר קוזמיר
האדמו"ר מדעעש
האדמו"ר אלכסנדר
האדמו"ר מדושינסקי
האדמו"ר ממשכנות הרועים
האדמו"ר מסרט ויזניץ
האדמו"ר מזוטשקא
המשגיח רבי דן סג"ל
האדמו"ר מטעמעשוואר
האדמו"ר מוויזניץ קומט יעצט אריין אין דיע מינוטין
יעצט קומט אריין די קלויזענבורגער רבי פון ארץ ישראל
די לעקטער האט געקראכט ס'איז חושך ואפילה עס האלט אפ דעם וויזניצער רבי פון אריינקומען
אויך זענען זיך משתתף
גאב"ד חוג חתם סופר
ראש ישיבת שפת אמת הגאון הגדול הגר"ש אלתר שליט"א
אדמו"ר מספינקא ירושלים
חברי הביד"צ
הגאון הגדול הגר"מ ברנסדורפר שליט"א
הגאון הגדול הגר"נ פרענקל שליט"א
הגאן הגדול הגר"י ראזענבערגער שליט"א
גאב"ד בני ברק הגרמי"ל לאנדא שליט"א
האדמו"ר מסטריקוב
האדמו"ר מטשערנאביל
האדמו"ר מלובלין
האדמו"ר מוואסלוי
די לעקטער איז שוין אנגעצינדען?
די לעקטער ארבעט שוין די זאך איז שוין מסודר
ווי האלט מען דארט יעצט?
ווי איז די רבי יעצט?
ס'פעלט אויס דא א לייוו רעפארט יעדע פאר מינוט,
ווי האלט מען ביי די חתונה?
ווי איז די רבי יעצט?
מ'גרייט זיך צום בענטשען
תיקון טעות: דער וויזניצער רבי איז נאכנישט אריין געקומען, קומט אריין נאכען בענטשען
די רבי גייט נישט צוריק צו די חתונה
די רבי גייט נישט טאנצען מצוה טאנץ?
ווי האלט יעצט די זייגער דארט?
אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז יעצט אין זאל,
אינרסאנט צי וויסען ווי איז רבינו שליט''א געווען אגאנצע צייט במשך די חתונה?
איז ער געגאנגען באזוכן נאך רבנים , אדער אפשר גאר זיך געטראפען מיטן שוואגער באהאלטנהייט?
כ
תוקן על ידי - פשטידא - 24/11/2006 5:01:04
(hotwire:)
לולא תורתך
I FEEL YOUR PAIN
רבינו שליט"א איז בשעת די חתונה געווען באזיכן זיין שווער אדמו"ר מוויזניץ, און אויך הגאון ר' משה לאנדא.
און עס האבן באזיכט ביים רבין הגאון רבי מאיר בראנסדארפער, הגאון ר' נפתלי פרענקל, הגאון ר' יאראוויטש, הגאון ר' יושע ראזענבערג, אדמו"ר ממשכנות הרועים.
ביי די חופה איז כ"ק רבינו שליט"א סידור קידושין, ר' יוסף טייטלבוים כתובה, ר' ישראל האגער 3 ברכות, אדמו"ר משינאווע 3 ברכות, הגאון הגדול הרב וואזנער ברכה אחריתא.
ביי די חתונה בעצם איז געווען כראדאם עס איז געווען געפאקט קעפ אויף קעפ, מען האט געהאלטן און איין ארויס פירן מענטשען פאר חלש'ט, עס איז געווען סכנת נפשות.
[בילד – נישט אפגעהיט]
מימין לשמאל:
הגרמ"מ הגר, אב"ד קרית ויזניץ, הגר"ד מייזליש, רב דקהלת סאטמאר מאנטריאל, ......, הגרמי"ל לאנדא, אב"ד ב"ב, הגרד"ב מייזליש, רב דקהלת סאטמאר ב"פ,
האדמו"ר מטשערנאביל, הגר"י הגר וויזניץ, האדמו"ר משינאווא מאנסי
איך האב יעצט געענדיגט רעדן מיט עמיצן פון אר"י וואס איז נאך אויף, איך בין יעצט צו מיד און כ'וויל זיך לייגן. אבער אזויפיל קען איך אייך איבערגעבן. די אידן דארט זענען ממש נישט ביי זיך פון די אויסטערליש שיינע שמחה, וואס איז זיי פולקאם ערגענצט געווארן מיט די אזוי-אויסגעקוקטע ערשיינונג פון אונזער גרויסן מנהיג, כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
דער עקסטאז, דער ריזן ציבור, דער הערליכער אויבנאן פון אלע שיכטן און קרייזן פונעם יהדות החרדית, ועל כולם איז געווען דער קלימאקס ביי די פייערדיגע דרשה פון כ"ק רבינו שליט"א ביים קבלת פנים, וואס די דארטיגע אידן - די אייגענע און פרעמדע - זענען בכלל נישט געוואוינט צו דעם שטייגער קאך און ווארעמקייט. בפרט ווען דער רבי האט דערמאנט די הייליגע אבות, ובראשם רבוה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע וועלכע קומען אראפ, און באזונדער זיין חשוב'ע שוועסטער הרבנית הצדיקת ע"ה וואס קומט צו די חתונה פון איר אייניקל, און ס'איז דאס ערשטע מאל וואס זי ווערט באגלייט אויפן וועג אראפ דורך איר הייליגן טאטן זי"ע.
יעצט רישט מען זיך אין שפאנענדער ערווארטונג אויף דעם געהויבענעם שב"ק בצילא דמהימנותא פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
[ס'זענען געווען קליינע פאנטשערס, וואס זענען העכסט נארמאל און ערווארטעט פאר אזוינע וואס פירן צום ערשטן מאל אן אזא ריזן אונטערנעמונג (ס'איז נאך אין סאטמאר בני ברק קיינמאל אזוינס נישט צוגעשטעלט געווארן! אפילו ביי די געהויבענע באזוכן פון רביה"ק זי"ע איז אזוינס נישט געווען!). עס איז אויך געווען קליינע רייבערייען מיט וויזשניץ איבער ווער עס איז דער טאן געבער ביי די חתונה. איך וואלט עס ניטאמאל געשריבן, איך שרייב נאר ווייל כ'בין זיכער אז די וועלכע פלאצן יעצט פון קנאה וועלן אויפשפילן איבערן קאפ יעדע נארישע דורכפאל, ווי דאס אז ס'איז נישט געווען קיין פלאץ...]
פריערדיגע בילד ביי די פינטלעך
איז האדמו"ר מוואסלוי
[באקומען אין אישי:]איינער האט געלייגט אויף צופר א געוואלדיגע קליפ פון די סאטמאר וויזשניצער חתונה, איך ווייס נישט פארוואס יענער האט נישט געלייגט אויפן פארום, פליז לייג עס ארויף
http://www.tsofar.com//zofar/mashtap/show.asp?id=5617 די חתונה, האט נישט געברענגט צופיל כבוד פאר סאטמאר. פאר די בני ברקע אלגעמיינע עולם בכלל, און פאר ויז'ניצע חסידים בפרט, האבן סאטמאר גיט באשמוצט זייערע פנים אין די חתונה.
די מעמד קבלת פנים אין ביהמ,ד הגדול אין שיכון סאטמאר, איז געווען אויסעגעוונליך שיין און געהויבן, קיין איין נישט סאטמארע חסיד האט זיך נישט אמאל פראבירט אריינצושטופן אין ביהמ"ד וואס איז געווען איבערגעפילט מיט בלויז סאטמארע חסידים. רבינו שליט"א האט גערעדט גאר שטארקע דיבורים מיט ברכות, אין א יזן ציבור האט דאס געהערט פון דרויסן נישט קענענדיג אריינגיין.
די חופה איז געווען עפעס נישט צו באשרייבן, א ריזן מאסן ציבור, (רוב פון ויז'ניץ), די קאפעלע האט זייער שיין געארבעט, און אלע האבן געקענט מיטהאלטן.
אבער, ביים חתונה האט זיך אלעס געקראכט. דאס זאל איז געווען פיצי קליין פאר די מאסן ריזן ציבור וואס האבן געהאלטן אין איינשטרמן צום חתונה, אבער בשעת קיין איין סאטמערער חסיד איז נישט געבליבן אהן קיין ארט, אפילו די קליינע אינגעלעך זענען געווען גיט מסודר אויפן פארנטשעס. איז פארן ריזן ריזן ויז'ניצע עולם נישט געעוען אפערטל ארט וואס זיי דארפן האבן, זיי זענען גבליבן אינדרויסן, און מ'האט זיי זייער נישט שיין אנגענומען.
אויסער דעם, ווען הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א זיידע פון כלה, אריין אין זאל, האט די מוזיק וואס איז געווען פארבונדן מיט סאטמאר, נישט געלאזט זינגען "קול רנה", אין דאס האט געברענגט אז די ויז'ניצערס האבן געהאקט די מוזיק.
שפעטער איז געווען זייער זייער נישט מיט סדר, איין גרויסע צומישעניש. די סאטמארע עסקנים האבן זיך נישט עצה געגבן מיט אזויפיל נישט היימישע סאטמארע עולם וואס איז געווען אין זאל, און מ'האט זיך גענומען שרייען קולות מיט ווארפן שטריימלעך וכו' וכו'. דאס אלעס האט נישט געברענגט כבוד פאר סאטמאר.
ווידער אמאל שבת, א ריזן עולם פון שטאט האט געוואלט אריין גיין צום טיש, ס'איז געווען אינדרויסן אגרעסערע ציבור פון וואס איז געווען אינעווייניג. מ'האט נישט אריין געלזאט פרעמדע, און דאס איז הונדערט פראצענט גערעכט, וויל ס'איז נישט מעגליך געווען. אבער, ס'איז דא אן אנדערע וועגן נישט אריין לאזן, מ'דארף נישט שיקן די קינדער ארויף גיין אויף די דעכער און אראפווארפן כל מיני זאכן און שפריצן וואסער מיט אלע סארט משקאות אויף די ריזן עולם וואס האט געשטאנען אינדרויסן.
און בכלל, מ'דארף זיך גיין לערנן אין אנדערע קרייזן, וואו אזוי באנעמט מען זיך נעבן רבי'ן, אין גער למשל, איז ארום דער רבי שטיל, דער רבי איז פריי אינגאנצן, נאר אסאך אינטער אים גייט די עולם. דא איז דער רבי שליט"א געווארן געשטופט אינגעשטויסן אגאנצע צייט, דורך זיינע חסידים, וואס האבן כביכול געשטיפט לכבודו.
מ'דארף דאס אינבאטראכט נעמען אויף אנדערע מאל, מ'זאל נישט קענען זאגן, אוי להם למי שלמדם וכו', זאל זיין א מוסטער פון "אשרי רבו שלימדו תורה".
עס איז נישט אמת ! אני הייתי שם הסדרנים של ויז'ניץ הגיעו הרבה לפני הסדרנים של סאטמאר והלכו ובלבלו את הסדר וכמות השולחנות שהיה מוסכם מראש באמצע היו שני שורת שולחנות שהיה עליהם דגלונים ''לאורחים מחו''ל'' הלכו הם והזיזו הדגלונים וגנבו שתי שורות מהשולחנות שהיו מיועדים לסאטמר ובכלל העולם שלהם הגיעו הרבה לפני העולם של סאטמאר כי בכלל לא השתתפו בחופה הם כבר היו באמצע הסעודה וכשהגיעו האנשים מסאטמאר כבר היו בחסר של מנות , ובכלל הפרו במצח נחושה וביודעין כל הסיכומים שסיכמו כמה ימים לפני החתונה בכדי למנוע חיכוכים מיותרים למשל סוכם שהמחותנים משני הצדדים מגיעים כולם יחד לסעודת החתונה והתזמורת והמקהלה תתחלק שוה בשוה בין הצדדים ומי שינגן בתורו בזמן כניסת המחותנים ימשיך עם הניגונים, לבסוף הזיידע הרה''צ ה'ויזניץ'ער רב שליט''א הגיע באיחור רב אז הם התחילו להשתולל ולנגן ניגונים אחרים ולשבש את סדרי החתונה המוסכומים עד שהרה''צ הזיידע מויז'ניץ גער בהם שהם מביאים עליו בזיונות ובושות כדו' וכדו', והתנהגו גם בהמשך כמו חיות רעות מן היער שהשתחררו עכשיו למקום ישוב ממשו עד כדי סכנת נפשות הסדרנים שלהם איבדו השליטה ועמדו אין אונים , ואחרי כל זאת נעמד לו אחד שאולי אפי' לא היה שם ומעביר בקורת .
וואס גייט פאר מיט די ארונים ווי זיי גייען מאכן זיי א שטינק,
אין סאטמאר ווייסט מען שוין די לעצטע זיבן יאר וואס זיי קענען.
יעצט ביי די חתונה אין בני ברק ביי וויזניץ,
פארשטייט זיך אז משה גבאי איז אלעס שילדיג.............
תוקן על ידי - פשטידא - 26/11/2006 23:03:52