היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כאפטצעם... ער דערקלערט זיך פולקאם באלעבאס !

כאפטצעם... ער דערקלערט זיך פולקאם באלעבאס !

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2085791

זשוליאני08 » 17/11/2006 06:44

ווען איך וואלט עס נישט געזען וואלט איך עס נישט געגלייבט.

אבער דער רב אין מאנטרעאל הצדיק הק' רבי דוד מייזליש שרייבט איבער די שטאטוטען, כפקודת ר' משה בן פראדעל, והצדיק רז"ל...


רבי דוד מייזליש שרייבט:
איך בין באלעבאס אויף אלע נכסים. נאר איך קען נעמען פראקסיס (PROXY, דאס מיינט אז ער קען שטימען אנטשאט אלע מענטשן. און ער איז פולקאם באלעבאס אויף די קהילה, און ער קען אויפנעמען און ווארפען וועמען ער וויל.

מאנטריאלער... אויב לאזט איר דאס צו, קענט איר רואיג שטימען פאר משה בן פראדעל דירעקט. איר דארפט נישט קיין מידעלמען וואס הייסט מייזליש.

האט איר דעם דאקומענט שווארץ אויף ווייס
[בילד – נישט אפגעהיט]

yones69 » 17/11/2006 06:47

איך קען נישט גלייבן אז מאנטריאלער זאלן דאס צולאזן

אזא אפענע גניבה, וואס מיינט אז ער וועט מער נישט לאזן קיין שום ארוני ווערן א באורד מעמבער.

דאס מיינט אז אלע וואלן זענען גארנישט ווערד.


אבי ער האט שיפע טאשן...

מתעסקים » 17/11/2006 07:02

די זאליס האבן איהם באצאלט $20,000 באצאל די אויך
פאר ער איז געקומען צו זאליס חתונה האבן זיי איהם שיין באצאלט פארן דיעל אינקלאדעד פארן נישט לאזן וואלן
זיין הערשי דארף אויסצאלן א נייע דירה קענסט זיך נאך משתתף זיין

13Hooper » 17/11/2006 07:03

ער האט אנגענימען באראשס אויסטייטש פין דאס ווארט "מלמד" אז דאס מיינט אויך א טיטשער וואס דאס איז אויך גשמי במילא איז ער נישט באגרענעצט נאר צי רוחני וויאזוי דער בעל דברי יואל האט באמת געוואלט אין קלאר אזוי געשריבען

די שאלה איז פין ווי האט ער באקימען אזא גרויסע מאכט וואס קען זיין אמאל א סכנה

 וואס שטייט אין זיין קאנסעס ?

איך פארשטיי עיהם זייער גיט, אין  לפע"ד האט דאס גארנישט ציטאהן מיט דעם גנב בן פראדעל

וואסער » 17/11/2006 16:10

א פאר פוינטעס 1) איז ער רב אין מאנטריאל, (דער רבי דער בעל ברך משה און מאנטריאל קהל האבן אים צוזאמען אויפגענומען פאר רב) און עס איז נישט מער ווי רעכט אז ער זאל זיין בעל בית. 2) א "mediator" איז נישט בינדיג, פרעגט א לויער. 3) עס גייט זיין וואלן פאר דעם, ער כאפט גארנישט, עס איז דא א גרויסער טשאנס אז עס וועט א דורך פאלן. 4) פראקסיס איז נאר אז די מעמבער'ס געבן אים, אויב קיינער געט אים גארנישט (ווי אזוי עס איז ביזדערווייל) האט ער גארנישט. 5) משה, איז זיין גרעסטער שונא, פאר ווער עס געדענק נישט, ער האט אים נישט אריין געלאזט צו זיין שווער דעם רבין ווען ער האט א שידוך געטון, ער האט אים פארשיקט מיט בשות. 6) פערזענליך איז ער חסיד פון כ"ק אדמור מהר"א מסאטמאר, ווער געדענק זיין דרשה ביי דער ערשטער יסוד איתן, זיינע קינדער שיק ער דארטן, און ווער עס ווייסט האט ער זייער פיינט די זאליס און זיין קהילה, אבער ער איז נישט גרייט זיך צו טיילן פאר דעם.

chusidgumi » 17/11/2006 17:15

קען איינער מסביר זיין ביטע
וואס איז די ענגלישע דאקעמענט ?
ווער האט דאס געשריבן ?
פארוועם האט מען דאס געשריבן ?
למעשה גייט זיין וואלן אדער נישט ?

hotwire » 17/11/2006 18:57

קענסטו ברענגען די פולע דאקומענטען

פאטאקי08 » 17/11/2006 19:54

פון ווען איז דאס?

און ווער שרייבט דאס?

ברענג נישט קיין האלבע זאכען

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 17/11/2006 19:55:29

פאטאקי08 » 17/11/2006 20:04

אינטערסאנט

שבת שבע ברכות איז ער געווען אין ק"י

גוטזאגער » 17/11/2006 20:40

זשוליאני איז אן עקסטרעמיסט. ער מאכט נאר שאדן מיט'ן ארויסקומען קעגן א פריינט.