היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "קונטרס עיון הפרשה" וואונער איבער וואונדער

"קונטרס עיון הפרשה" וואונער איבער וואונדער

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2083290

זשוליאני08 » 13/11/2006 20:17

עס איז מיר דעם חודש אויסגעקומען צו זען דעם קונטרס "עיון הפרשה" שוין צום צווייטען מאל.
וועלכעס ערשיינט אין ארץ ישראל.

1) דער קונטרס אנטהאלט 10 לומד'ישע קשיות אויף די פרשה פון די וואך.

2) יעדע קוטרס דעקט בערך 3-4 פרשות.  וואס קומט אויס בערך 40 קשיות.

3) ווער עס ענטפערט תירוצים אויף 5 קשיות אדער מער, גייט אריין אין א גורל, פאר א ש"ס, רמב"ם אדער אנדערע ספרים.

4) די פראגעס זענען גוטע, טיפזינגע, צי וועלכע מ'דארף צולייגן קאפ, און קענען היפש ביסל הלכה אויך.




ווער עס קען ביטע אריינסקענען די פראגעס פון די וואך, און פראבירן ענטפערן דערויף, תבוא עליו ברכה

אוילנו » 13/11/2006 20:18

ווער געט עס ארויס?

זשוליאני08 » 13/11/2006 20:30

באקאנטע ראשי ישיבות און תלמידי חכמים בארצינו הק'.

איך קען נישט זייערע נעמען

פשטידא » 13/11/2006 20:40

איך קען דעם קונטרס.

איך האב עס נישט ביי  מיר פונקט
אבער די קשיות דארט זענען באמת ווערד א ברכה צו מאכן דערויף.

די קשיות אויף פ' חיי שרה:

ערשטע קשיא:
רש"י הק' זאגט "בת ק' כבת כ'"  - מה בת עשרים לא חטא שהרי אינה בת עונשין אף בת מאה בלא חט"א.

די קשיא איז: ביז כ' איז מען טאקע נישט קיין בת עונשין, אבער א חטא איז עס, און ביי בי"ד של מטה איז מען יא א בת עונשין?

***


2טע קשיא:

דער פסוק זאגט:
ויתן לי את מערת המכפלה אשר בקצה שדהו.

די קשיא איז:
אברהם אבינו האט בכלל נישט געזוכט די "שדה" נאר דעם מערת המכפלה. דערקעגן אינעם מעשה הקנין שטייט: "השדה נתתי לך והמערה אשר בו לך נתתיה" - ווער האט בכלל געבעטן די שדה?

פשטידא » 13/11/2006 20:42

איך מיין אז מ'קען באקומען דעם קונטרס ביי אייכלער'ס

איך האב עס אין שטוב, איך וועל פראבירן עס צו באקומען און אריינשטעלן אלע פראגעס.

אוילנו » 13/11/2006 20:43

עס איז דא א קונטרס "מרפסין איגרא" עס איז ענליך צו דעם?

13Hooper » 14/11/2006 02:33

איך מיין אז איך האב די תירוצים בקיצור
1. זי ווערט גערעכענט ווי א בת נח

2. עס מיז האבען א תפיסת קרקע

מקוה_איד » 14/11/2006 16:50

ווער איז געווען אליעזר עבד אברהם? פון וועם שטאמט ער?

mefikel » 14/11/2006 16:52

13הופער,
פארוואס איז די מערה אליינס נישט קיין קרקע?

פשטידא » 14/11/2006 17:30

מקוה איד

אליעזר עבד אברהם איז געווען פון די "בני חת". און פארדעם האט ער נישט געטארט נעמען יצחק פאר זיין טאכטער.

דער רמב"ן פרעגט טאקע מיט דעם אויף רש"י הק', וואס זאגט "ונקיתי משבועתי זאת" און דעמאלטס וועט אליעזר יא מעגן נעמען יצחק'ן פאר אן איידעם.

13Hooper » 16/11/2006 20:04

MEFIKEL
די ביזט גערעכט אז דער מערה האט געקענט זיין ביים וועג
ווי די תורה זאגט אשר בקצה שדהו

13Hooper » 17/11/2006 06:48

פשטידא
פארוואס ברויך מען בודק זיין איהר ברידער ווייל אזוי ווייסט מען די מידות פין דאס מיידעל וואס איז אויפגעוואקסען אין זעלבען הויז אדער איז די זעלבע  גענעטיש

אין יצחקס שידוך האט ער נישט געברויכט קיקען אויף דעם ווייל
1. אליעזר האט באקימען די סימנים דורך בעטען פין באשעפער
2. ער האט געזען דער הויפט סימן פין גמ"ח ביי רבקה ברויך מען שוין נישט קיקען אויף דעם ברידער

לעקסינגטאן » 29/12/2009 22:05

ווייסט איינער ווי אין וויליאמסבורג מען קען באקומען דעם קונטרס?

gimpele » 29/12/2009 22:42




תוקן על ידי gimpele ב- 29/12/2009 22:43:16

לעקסינגטאן » 29/12/2009 23:15




תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 29/12/2009 23:48:53