היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » נייע קרעטשמע, האסט פארלוירן אונזער צוטרוי

נייע קרעטשמע, האסט פארלוירן אונזער צוטרוי

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2083222

יגרסהדותא » 13/11/2006 19:10

בלי מלים, עס גיסן זיך די טרערן

משנה_למלך » 13/11/2006 19:24

יא יא, אזוי ווי די לעצטע וואך צייט האט מען אונז איבערגעלאזט אויפן וואסער

האט דאס פאסירט

יאנאש » 13/11/2006 19:41

ווער האט איבערגעלאזט וועמען וואו?

משנה_למלך » 13/11/2006 19:42

יאנאש, וואס האסטו געפרעגט?

גרויזאמער » 13/11/2006 19:47

אלעס ארבעט שוין, יעדער זאל שוין ארויס פון דא!

זארעכפעפער » 13/11/2006 21:21

שבר על שבר...

גם אני בחלומי. איך קום נאר וואס צוריק אן אפגעביסענער פון די נייע קרעטשמע, אבער נישט סתם, נאר אזוי צום געדענקען. די טרערן שטיקן מיר פון ווייטאג און ס'געווילט זיך מיר עפעס נישט ווייטער פארזעצן דאס שרייבן, נאך אזא מיאוס'ן דורכפאל.

כ'האב זיך אנגעשריבן א גאנצער ארטיקל, דארט אין די אזוי גערופענע ניי-קרעטשמע, און פאפס... כ'דריק שלח און כ'בין אנגע'שלח'ט געווארן צו אן אנעיוועלעביל, כ'האב מיר אלעס אנגעווארן. אוי מי ירפא שברינו...

שוין, קיינמאל קיין ערגערס...

SINGER_73 » 20/11/2006 17:17

...  I told you so,  at the end u'll all be back

סאכדעס » 20/11/2006 19:09

דו זינגער אפשר קומסטו אין ניי קרעטשמע אביסל זינגען?

SINGER_73 » 20/11/2006 22:35

... I tried... somehow I dont like the echo in there
I am not the only one, i wish you the best overthere, you dont need me

יאנאש » 25/1/2007 01:04

איצט גערעדט מיטן ארענדאר, די קרעטשמע גייט איצט אריבער שווערע צייטן, עס וועט אי"ה זיין צוריק ביז א קורצע וויילע.

א דאנק פאר די פארשטענדעניש.

יאנאש » 25/1/2007 01:11

א שטיקל אונטער טירל איז אפן, אז איר נעמט אראפ די ווערטער אינדקס אויבן אויפן אדרעסס באר גייט עס יא.

קרעדיט מאשקע.

איך_הער » 25/1/2007 01:27

איך ווייס נישט פון וואספארא אונטער טירל דו רעדסט, עיטש טי טי פי סלעש סלעש היימישע קרעטשמע דאט קאם סלעש, ארבעט נישט. פינטל.

א געוויין לאזט זיך אראפ ווען מיר דארפן צוקוקן מיט די אייגענע אויגן וואס דא טוהט זיך, אבער ווי איז דער עולם וואס קומען זיי נישט אהער?

מעסטרמיינד » 25/1/2007 03:28

ביי מיר ארבעט עס פיין

איך_הער » 25/1/2007 05:16

יעצט ביי מיר אויך, טענק יו.

קרעמער » 28/1/2007 18:03

נעקסט טיים אזא זאך פאסירט ח"ו, זאל איינער אזוי גוט זיין און דאס איינמעלדן דעם עולם דורך גוגעל-טאלק (וואס א שיינער עולם פון אונז פארמאגט). יישר כחכם

איך_הער » 31/1/2007 02:55

שוין ווידער