דעם פארגאגענעם שבת קודש פרשת וירא האב איך געוויילט אין וויליאמסבורג צוליב א שמחת שבת שבע ברכות בבית גיסי נ"י, פרייטיג צונאכטס און שבת בייטאג האב איך געדאווענט צוזאמען מיט די בעלי שמחה אין א קליינעם בית המדרש, אבער צו שלש סעודות בין איך געגאנגען דאווענען אין בית המדרש הגדול אויף הופפער סטריט, רבותי, וואס זאל איך אייך זאגן, אזא תענוג רוחני האב איך שוין לאנג נישט געהאט, א בית המדרש וואס באשטייט פון קנאפע 14 טויזענט סקווער פיס איז געווען מלא על כל גדותיו, און ווען איך שרייב "מלא" מיין איך טאקע פיל, אנגעפילט, אלע זיצן זענען געווען פארנומען און ארום און ארום זענען נאך געשטאנען יונגעלייט מיט צוהאלטן די שלש סעודות טיש פון הרב הצדיק וויליאמסבורגער רב שליט"א, אויף די גאנצע ברייט פון בית המדרש איז געווען א אויבן אן טיש ווי עס זענען געזעצן די דייני הקהלה און אנשים מכובדים ובראשם דער רב שליט"א,
א לאנגער טיש איז געווען אויסגעצויגן אויפן גאנצן לענג פון בית המדרש פון דרום ביז צפון, און אויף ביידע זייטן פון טיש זענען געווען בענק אין גאנצן חלל פון בית המדרש, אין בית שני וואס איז אביסל העכער פון גאנצן בית המדרש זענען געזעצן הונדערטער צאן קדשים זיסע באחיינטע קינדער צוזאמען מיט זייערע מלמדים און אזוי הארציג מיט געזינגען די זמירות לשלש סעודות, עס זענען געזעצן ביים טיש א שיינער מספר אנשים זקנים באים בימים, אידן פון דער אלטער היים, און אט זע איך ווי איינער פון די זקנים הייבט זיך אויף און נעמט שיריים פון די חלה פונעם רב שליט"א און דער איבעריגער עולם האט זיך געריסן צו כאפן א שטיקל פונעם שיריים, די נגינים זענען געווען זייער הארציג ווארעם מיטן אלטן חסידישן ברען, איך האב מיך אזוי אומגעקיקט אונעם זאל פון בית המדרש און כמעט נישט געזען קיינעם שמועסן, יעדער האט מיט געזינגען צוזאמען, דעם רב'ס השם מלך האט געהילכעט ס'איז געווען ברעש גדול מתנשאים לעומת השרפים, און דער עולם צוזאמען לעומתם משבחים ואומרים, נאך געזאגט דעם השם מלך און שמע ישראל מיט אזא ברען און השתפכות הנפש, דערנאך האט דער רב שליט"א געזאגט א תורה ממש מתוק מדבש, ער האט זייער שיין געטייטשט פארוואס ס'איז געווען הרבה עקרות נפקדו עם שרה אמינו, ער האט געברענגט פונעם רבין אין דברי יואל וואס פרעגט אז די אלע עקרות זענען דאך געווען פון די אומות העולם ווייל קיין כלל ישראל איז דאך נאך נישט געווען נו, פארוואס האט דער באשעפער באדארפט צו מאכן דעם נס מיט די אומות העולם, ער האט דאס זייער הערליך אויסגעטייטשט בטוב טעם ודעת, מיט אזא קלארקייט און מוסיף געווען עטליכע בחינות, ממש א פה מפיק מרגליות, דער ציבור האט געשלינגען די טייערע ווערטער, עס איז געווען שא שטיל, יעדער אן קיין אויסנאם האט מיט געהאלטן די תורה, דערנאך האט דער רב שליט"א געבענטשט אן געזאגט שבע ברכות פאר די דריי חתנים וואס זענען דארט געווען,
די אינטרעסאנסטע איז געווען אז דער שלש סעודות טיש האט זיך פארצויגן ביז כמעט דרייפערטל שעה נאכן זמן מוצאי שבת, און פון די אריבער טויזענט בעלי בתים ובחורים איז כמעט קיינער נישט ארויס פארן ענדיגן, איך ווייס נישט אויב עס איז געווען א מנין מעריב ביים זמן, אפשר יא, אבער קיין אנגעזעענע ארויס געגייעכטס איז זיכער נישט געווען,
אשרי עין ראתה כל אלה, אצינד פארשטיי איך וואס די שונאים שפרינגען אזוי אקעגן דעם רב שליט"א, און ביי יעדע געלעגענהייט פרובירן זיי עם מבאיש ריח זיין מיט שקרים וכזבים, ביליגע געמיינע מנוולות וכו', ס'איז פשוט נישט קיין שנאת חינם, זיי האבן זיך פארוואס צו פארכטן, ער האט שוין לאנג איבער געיאגט זיין פעטער וואס קען פשוט נישט צוזאם שלעפן קיין צוויי הונדערט אידן ביי זיינע טישן, (ווען ס'איז נישט דא קיין פיקטשערס, כמובן, איך הער אז די זאלונים פלאנען צו מאכן א נעילת החג יעדן פרייטיג צו נאכטס און שלש סעודות...),
מיר שרייען אויס אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו,