היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע! שליש ביין דין תורה סאטמאר ארה"ק

באמבע! שליש ביין דין תורה סאטמאר ארה"ק

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2080974

זשוליאני08 » 10/11/2006 20:08

ווי א באמבע האט עס געפלאצט ווען די בדי"צ העדה החרדית האט היינט מודיע געווען פאר די זאליס, נאכדעם וואס זיי האבן ארום געשלעפט מיטן בי"ד מיט שקרים וכזבים זיך צו פאראייניגען אויף א שליש, האט בי"ד גענימען א שליש הרה"ג רבי נפתלי נוסבוים שליט"א אז ער זאל זיין די שליש און ער זאל פירן די דין תורה אויף גאנץ נכסי סאטמאר אין ארה"ק ירושלים און בני ברק.

די זאליס ברענען אופען בי"ד און אפען גאב"ד שליט"א, פארן זיי שטעלען צום וואנט.

מער וועל איך שרייבן נאך שב"ק.

מענדלדרעי » 10/11/2006 20:13

ער איז א גערער?

בן_אהרן » 10/11/2006 20:55

הרב נוסבוים איז אויפגעוואקסן בימי נעוריו
אין סאטמארע בית המדרש אין בני ברק
ווי זיין טאטע הרה"ג רבי שמעון נוסבוים ז"ל
האט געדאווענט אלע זיינע יארן

mefikel » 12/11/2006 20:50

בן_יהודא,

הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות מחאה ברבים לשיקובה"ו ויהי נועם וכו'

ע"פ הכתוב ושם רשעים ירקב אסור להזכיר שמו של רשע אפי' לניק בהייד_פארק, ניקך במישרין או בעקיפין מזכיר את שמו של אחד ממייסדי הציונות ומחוללו של לשונם הטמאה והמזוהמה,

ימח שמו וזכרו ונמח זכורו מלהזכירו!

[אגב, ע"פ מקורות מוסמכים, נפגר בשב"ק באמצע כתיבת הלשון]

yones69 » 12/11/2006 21:52

די זאליס האבן היינט געמאלדען פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אז זיי נעמען נישט אן דער שליש, נאר זיי זענען נאר מסכים צו גייין צו זייער "אייגענע" דיינים.

הרה"ח רבי משה חיים וויס שליט"א האט געמאלדען פאר בי"ד אז ער איז מסכים פאר דעם שליש, און דאס איז שוין נאכדעם וואס רבי משה חיים האט שוין פאר צוויי חדשים צוריק אונטער געשריבען שטריי ברורין ביים בדי"צ, און די זאליס מיט מסור וואלערשטיין האבן נאך ביז היינט נישט אונטער געשריבען שטרי ברורין.

די זאליס גייען טאן כל כל פעולות שבעולם נישט זיך צושטעלען צו דין תורה, ווייל זיי קענען ביי די דין תורה נאר דערלייגען.

משמשבקודש » 13/11/2006 00:55



  זשוליאני08
,

  איז די פרט קראנט?

"גאנץ נכסי סאטמאר אין ארה"ק ירושלים און בני ברק"

...........יהי רצון...... וכו'

בן_אהרן » 13/11/2006 05:08

עס וועט ממילא מוזן אריינקומען די ענין פון רבנות
בקהל יטב לב  כדאי צו פסקנן די ענין פון בעלות בי"ם ובב"ב
וואס פאר דעם האבן די זיילונים אימות מות

משמשבקודש » 13/11/2006 17:00

עני אפדעיט'ס ?