אזוי ווי די וואך מוצאי שבת פר' וירא וועט אי"ה פארקומען דעם יערליכען דינער לטובת כולל ויואל משה דסאטמאר אין ירושלים (כולל למציונים) אין זאל פון קאנטינענטאל אין וומסב"ג, און אזויווי די פריערדיגע יארן איז היי אויך ערווארטעט א גרויסער ציבור אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר ובראשם כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, וואס וועלן קומען שטיצן דעם מבצר התורה והיראה אין ירושלים עיר הקודש וואס פון דארט איז מען מקיים דעם מלחמה לה' בעמלק אקעגן די מדינה הציונות,
אלזא, צוליב דעם יעצטיגן שווערן מצב בארצינו הקדושה וועט אי"ה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויפטרעטן מיט א דרשה נלהבה אקעגן די רשעי ישראל און די פורצי גדר בכל הקודש לנו,
דברות קדש: 10:30
כלנו למעמד כבוד שמים.
_________________