היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברוך ה'! מצעד התועבה איז בטל געווארן!

ברוך ה'! מצעד התועבה איז בטל געווארן!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2079976

מבקש_האמת » 9/11/2006 16:05

נאך א מיטינג אין שטוב פון ירושלימ'ער רב שליט"א, איז באשלאסן געווארן אז דער מארש ווערט אפגערופן, און די טמא'נע חברה וועלן זיך נאר צאמקומען אונטער פארמאכטע טירן צו זייערס א פארברענג (א זאך וואס זיי האבן שוין אסאך מאך געטון). דער ירושלימ'ער רב איז איינגעגאנגען דערויף. בתנאי אז מ'באפרייט אלע ארעסטירטע. הודו לה' כי טוב!

מבקש_האמת » 10/11/2006 06:09

זשוליאני. כ'האב פאר דיר גרויסע נייעס. די מיטינג וואו מ'האט פארהאנדלט איז פארגעקומען אין שטוב פון ירושלימ'ער רב. צי סשמעקט דיר יא צי נישט. און מ'האט אויך געשיקט פרעגן הרב אלישיב און הרב יוסף זייערע מיינונגען.

ס'איז אמת אז די Ynet שרייבערס האבן כסדר פרובירט צו מינימיזירן דעם איינפלוס פון ירושלימ'ער רב, אבער דער מציאות איז אז יעדע איינציגע מיטינג איז פארגעקומען אין שטוב פון ירושלימ'ער רב. אויך גיידאמעק וואס האט געטרייט צו שפילן א ראלע איז געקומען צו ירושלימ'ער רב.

און א מאדנע זאך. אויב וועסט קוקן אין די איזראעלישע Ynet - וואס די נייעס אין די ענגלישע איז איבערגעזעצט ממש ווארט ביי ווארט פון די העברעאישע - וועסטו געוואויר ווערן א סוד, אז "top hareidi figures", מיינט גאר "ראשי העדה החרדית"! וואס ביים טרענסעלעיטן איז עס געווארן אזוי איבערגעזעצט...

און ס'איז קלאר אז דאס מוזן אויפגעבן דעם מארש איז געווען א געוואלדיגער פאטש פאר די מארש ארגאניזירער און זייערע לינקע שטיצער. נאר דערפאר האט עס Ynet פרובירט אראפצולייגן כאילו "די מארש קומט יא פאר, נאר אונטער פארמאכטע טירן"... ווען די שקצים וואלטן לכתחילה ארגאניזירט א "מארש" אונטער פארמאכטע טירן, וואלט קיין האן נישט געקרייט אין זייער ריכטונג, אויסער אפאר נטורי קרתא, וואס גייען יעצט אויך מסתמא פראטעסטירן.

קוק נאר די תגובות דארט אין Ynet וועסטו אליין זען ווער האט אויסגעפירט און ווער האט זיך געבראכן...

אודאי וואלטן מיר געקענט באשטיין אז ס'זאל גארנישט זיין, אבער אונטער די אומשטענדן איז נישט געווען קיין בעסערער אויסוועג פאר אונז.

JETBLUE » 10/11/2006 06:29

ארגינעלער » 10/11/2006 06:58

דא איז וויאזוי די טיימס דעקט די נייעס

http://www.nytimes.com/2006/11/10/world/middleeast/10briefs-ISRAELGAYPAR_BRF.html?_r=1&oref=slogin 


Israel: Gay Parade Canceled

Published: November 10, 2006

Organizers of a gay pride parade to be held in Jerusalem today canceled it because of security concerns and pressure from fundamentalist religious leaders. The authorities asked the organizers to scale back the gathering amid reprisal threats after errant Israeli artillery shells killed 18 Palestinian civilians in Gaza on Wednesday. The organizers agreed to turn the public parade into a rally, held inside a closed stadium. The plan for the parade drew opposition from Jews, Christians and Muslims, while hundreds of ultra-Orthodox Jews vented their disapproval by clashing with the police and burning trash bins in the streets for several nights this week.

משמשבקודש » 10/11/2006 17:05

ז
[בילד – נישט אפגעהיט]

משמשבקודש » 10/11/2006 17:30

[בילד – נישט אפגעהיט]