היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גרויסע פראטעסט פאררופן אויף דאנערשטיג קעגן מדינה קאנסולאט

גרויסע פראטעסט פאררופן אויף דאנערשטיג קעגן מדינה קאנסולאט

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2078700

מבקש_האמת » 8/11/2006 00:55

די התאחדות הרבנים האט פאררופן א גרויסן פראטעסט אויף קומענדיגן דאנערשטיג אין פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, אויסצושרייען אונזער וויי געשריי אקעגן די שרעקליכע טומאה וואס אזעלכע וואס שטאמען פון אידן ווילן אריינברענגען אין ירושלים עיה"ק רח"ל.

בואו בהמוניכם לקדש שם שמים!!!!!!

זשוליאני08 » 10/11/2006 19:59

די פראטעסט איז אדורך די פאליציי איז געווען זייער ווילד א גאנצער צייט, זיי האבן אפגעשטעלט די פראטעסט אין דער מיט, נישט לאזענדיג ווייטער רעדן.

ווען ר' לזמן לייב איז אנגעקומען און ביים אהיים גיין האט דער עולם אים באוואשען ווי א סוטה מיט פוי שעם אן יוא, ער איז געלאפען מיט זיין נשמה אין דער האנט.

דור_האחרון » 10/11/2006 20:13

פארוואס האט מען באוואשן ר' זלמן'ען ביים פראטעסט? איז ער אפשר פון די ארגענאזירער פון די תועבה פאראדע אין ירושלים?