היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נארדערן אלייענס אין קרית יואל צוריסן אויף שטיקער

נארדערן אלייענס אין קרית יואל צוריסן אויף שטיקער

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2078644

געווינער » 7/11/2006 22:46

פונקט ווי ביי די פאריגע וואלן חזר'ט זיך איבער די זעלבע פרשה ביי די יעצטיגע וואלן. די נארדערן אלייענס אין קרית יואל איז צוטיילט און צוריסן צווישן זיך.

די זאליס האבן אינדארסירט אנדערע קאנדידאטן ווי די אלייענס און מען רייסט זיך דארט ארום ממש ביז קלעפ. נעכטן האט יעקב מאיר פערענץ ארומגעשיקט א רעקארדינג צו בעטן אז מען זאל וואוטן פאר עני רעביט און דערנאך האט פנחס יאקאבאוויטש ארומגערופן אז ניין, מען זאל שטימען פאר פאדוק. די אלייענס האט ארויסגעגעבן א צעטל אז מען זאל שטימען נאר פאר די דעמאקראטן איז געגאנגען די בני יואל און געדרוקט אן אנדערן צעטל פון די אלייענס אז מען זאל שטימען אויך פאר'ן רעפובליקאנער סטעיט סענאטאר ביל לארקין.

בקיצור, ס'איז הויך יום טוב.

פירוד רשעים נאה להם ונאה לעולם.