היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » צו אנשי ק"י: ביטע נישט צוברעכן דעם בלאק וואוט

צו אנשי ק"י: ביטע נישט צוברעכן דעם בלאק וואוט

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2078520

פיקטשערס » 7/11/2006 19:10

איך וויל דא אפעלירן צו די איינוואוינער פון קרית יואל אז מען זאל ביטע נישט צוברעכן דעם בלאק וואוט און שטימען פאר דזשאן האלל. פאר עליאט שפיצער גייט בנפשו אז קרית יואל זאל שטימען פאר האלל, און סאטמאר האט נאכנישט גענוג גוטע קאנעקשאנס מיט שפיצער אז ס'זאל זיך לוינען אנצופאנגען מיט אים.

אויך איז וויכטיג צו שיקן א לעסאן פאר פאליטישאנס, אזוי ווי סו קעלי, וואס האבן אויסגעדרייט זייערע רוקנס צו קרית יואל די לעצטע דריי-פיר יאר, נאכדעם וואס די העצע קעגן קרית יואל האט זיך אנגפאנגען, אז מיר האבן נאך אלץ א שטארקן כח.