היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פיינעל: קרית יואל וועט שטיצן דזשאן האלל

פיינעל: קרית יואל וועט שטיצן דזשאן האלל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2077108

ארענדאר » 6/11/2006 02:22

היינט איז ענדגילטיג באשלאסן געווארן צו אינדארסירן די דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט דזשאן האלל פאר קאנגרעס.
 
די לעצטע פאר טאג איז פארגעקומען אויסטערליש אינטענסיווע ווענדונגען מצד דעם ווארשיינליכער גאווערנאר עליאט שפיצער, ווי אויך די דעמאקראטישע סענאטאר הילערי קלינטאן אז מען זאל שטיצן דעם דעמאקראטישען קאנדידאט פאר קאנגרעס, און פאר די ווייטערדיגע אינטערעסן פון קרית יואל האט מען ענדגילטיג באשלאסן צו שטיצן דעם קאנדידאטור פון דזשאן האלל פאר קאנגרעס.

מבקש_האמת » 6/11/2006 22:14

יענקל, דערציילסט נישט גוט די מעשה.

ר' ליפא האט זיך אויפגעהויבן, אויסגעשטרעקט די האנט צו דעם לעווינשטיין און זיך אנגערופן, "איך טו דיר שוין קאנגראטולירן פאר דיין זיג, און בע"ה ביי די קומענדיגע וואלן וועט סאטמאר שטיין פולשטענדיג אונטער דיר, אויב דו וועסט אזוי העלפן סאטמאר ווי קאנגרעסמאן רוני האט געהאלפן".

דוכט זיך אז ביי יענע וואלן איז אויך געווען די מעשה וואס ר' ליפא האט געשיקט בחורים צו די מאדערנע געגנטער אז מ'זאל שטימען פאר לעווינשטיין ווייל ער העלפט סאטמאר... וואס האט געמאכט זיי זאלן דירעקט שטימען פארקערט.

פאטאקי08 » 7/11/2006 00:38

בלייבט יעצט איבער אז רוב קאנדידטן וואס קרית יואל גייט וואויטען זענען דעמאקראטישע..... וד"ל

חוץ עני רעביט מיט בילל לארקין וואס וועלן ווארשיינליך סייווי געוואונען און די קאונטי דזשאדזש

ריכטיג?