איך מיין אז איינער וואלט אפשר געמעגט עפענען א אשכול אויף דעם וועכענטליכע מבאר רבותינו זאל יעדער קענען הנאה האבן
וואלט אזא אשכול געווען אויסגעהאלטן?
תוקן על ידי - יוסקעלע - 05/11/2006 2:53:32
שלום שטוב,
דאס איז בלויז איינע פון זיינע קאלוםס.
אדרבה, ווייז אויף פארוואס עס איז שטותים.
אז א איד וויל מאכן א ליקוט. זאל זיין.
איך זאג נישט אז ביסט נישט גערעכט.
עס איז אן אלטער פראבלעם פון די מחזירי בתשובה 'אויפצואווייזן' אז אלעס ליגט אין חז"ל, אין דער צייט וואס פיל פון די ענינים טרעפט מען אויך ביי די גריכישע קענער אין יענע צייטן.
דער עיקר איז אז צוליב דעם וואס מען וויל איינעם מחזיר בתשובה זיין, מוז מען נישט באקן קיין מעשיות.
דער מלקט לעניני חכמות, דארט אין מבאר רבותינו, האט קיין אנונג נישט אין דעם נושא פון וואס ער שרייבט!.
ער שמעלץ צונעזאם הודו מיט כוש. א שטייגער ווען ער רעדט פון חכמת הראי', וועט ער צוזאמען שמעלצן פון ספרים אלעס בנוגע ראי', אמאל איז עס צום דבר און אמאל נישט. דאס זעלביגע ביי אלע זיינע חכמה'לעך דארט...
האלט מיט אפאר פארזעצונגען דארט, וועט איר זיך דאס אליין איבערצייגן.