איך האב געטראכט סתם פאר אינטרעסאנטקייט צו שרייבן עטליכע אינטרעסאנטע טעכנאלאגיע פון היינטיגע פארגעשריטענע אויטאס. רוב פון די קען מען רואיג בא'טיטל'ען "מאדנע", אבער אנדערע פיטשערס זענען יא מער נוצבאר. אסאך פון די פיטשערס זענען מסתמא באקאנט פאר אסאך מענטשן, און מסתמא אנדערע נישט.
מיר קענען נאך געדענקען יארן צוריק ווען "עירקאנדישאן" אין א קאר איז געווען א לוקסוס, נישט אלע אויטאס האבן דאס געהאט, און אנדערע האבן פארלאנגט עקסטערע געלט פאר די "אפשען"... אזוי איז געווען מיט פשוט'ע טעיפ שפילערס (טעיפרעקארדע"ר בלע"ז ובלשון אידיש). וכדומה.
ס'וואלט געווען אינטרעסאנט צוריקצוגיין יארן צוריק צו זעהן ווי צוביסלעך האבן זיך די פיטשערס אנטוויקלט, און יעדע זאך האט זיך אנגעהויבן ביי די לוקסוזעריע אויטאס, און דערנאך איז עס געווארן א "מאָסט" און איז אראפגעקומען צו די פשוט'ע אויטאס. ווי צ.ב.ש. "ווייפערס", "שפיגלען", וואס גראדע שפיגלעך איז געווארן א געזעץ שפעטער. און אזוי אויך די אלע לעקטערס. אבער רוב פון די זאכן וועלן אפשר אונזערע זיידעס געדענקען.
באמת, אויסצורעכענען אלע פיטשערס – הזמן יכלה והם לא יכלו... מען קען נישט דא "אלעס" באשרייבן, וועל איך שרייבן וואס איך געדענק אויפן מינוט, און איר קענט צולייגן אייער אייגענע... ישמע חכם ויוסיף לקח.
א) שפריצערס און ווייפערס אויף די העדלייטס. רוב לוקסוס אויטאס האבן דאס כדי צו צוהעלפן די באלייכטונג פון די העדלייטס ווען עס שנייט אדער עס איז פארנעפלט ("פאַג" בלע"ז).
ב) העדלייטס וואס דרייט זיך אינאיינעם מיטן סטירינג ווהיל, ביז 15 דיגרי. דאס העלפט אויב מען פארט ביינאכט אין א טונקעלע געגנט און די ראוד דרייט זיך, דרייט זיך די העדלייט מיט מיטן סטירינג וויל, כדי צו שיינען אויף געדרייטע ראוד.
ג) היי ביעמ'ס וואס שפירן אז א אויטא קומט אנטקעגן, זיי לעשן אויטאמאטיש אויס די היי-ביעמס, און ווען די אנדערע אויטא איז שוין אדורכגעפארן, צינדט זיך עס צוריק אן. (קעדילעק).
ד) אירקאנדישאן/סטיעם ווענטס וואס שפירן וואו דער דרייווער זיצט, און וואו די זון שיינט מער, און דארט בלאזט עס שטערקער, כדי דער מענטש זאל זיך שפירן באקוועם איבעראל אויפן גאנצן גוף, נישט אז די זון שיינט אויפן פיס און די עירקאנדישאן בלאזט מיט א רציחה אין פנים נאן-סטאפ.
ה) "וואויס ריקאגנישאן" ד.ה. דער מאשין כאפט אויף דיינע דרשות און פארשטייט וואס דו רעדסט צו אים. עס איז ברייט באוואוסט אז מערערע "נעוויגעישאן" סיסטעמס ארבעטן אזוי, אבער עס זענען פאראן אויטאס וואו דער סאונד סיסטעם און עירקאנדישאן פארשטייען פונקט אזוי. מ'שרייט "קעלטער" און עס קומט מער קאלטע לופט; מ'שרייט "העכער" און די מוזיק ווערט העכער (פארשטייט זיך, איר מוזט עס זאגן אין ענגליש...).
ו) "לעין דעפארטשור אלערט": א נייע זאך וואס אינפיניטי און וואלווא האבן ערצייגט, אויב גייסטו אויף א אנדערע לעין אָן בלינקען די סיגנאלן, הייבט עס אן צו פייפן, פֶּן טאמער דער דרייווער איז פארשלאפן, פאר'חלומ'ט אדער האט זיך פארשמועסט אויפן סעלפאן. אויך האבן טייל פון זיי א קעמערא נעבן דעם שפיגל, וואס צייגט דיר אינעם שפיגל אויב א קאר איז אין דיין "בליינד ספאט"...
ז) ברעיק לייטס אין בעק וואס שיינט נארמאל ווען מ'ברעיקט, און נאך שטערקער ווען מ'ברעיקט זייער שטארק (עמערזשענסי ברעיקינג) – אזוי ווייסט דער דרייווער פון אונטן זיך אנצוגרייטן און אויך שטארק דרוקן זיינע ברעיקס. אז נישט קען דאך דער דרייווער פון אונטן נישט וויסן צי דער קאר אין פארנט ברעיקט געווענליך צי ער האלט כמעט פאר אן עקסידענט... (בי.עם.דאבעליו).
ח) אין די שפיגלעך איז אויך דא פארשידענע פיטשערס. די ערשטע און מערסטע באקאנט איז "הייסע שפיגלעך", וואס ווערט הייס ווען מ'צינדט אן די "ריער דעפראסטער", אזוי אז אויב ס'שנייט אדער עס איז פארהויכט, וועט דאס די היץ קלאר מאכן פארן דרייווער. רוב אויטאס קומען שוין היינט מיט דעם חוץ די גאר "בעיסיק". נאכדעם קומט "אטאו-דים" וואס שפירט ווען א אויטא פון אונטן שיינט מיט די היי ביעמס, פארטונקלט זיך די שפיגל, כדי נישט בלינד צו מאכן דעם דרייווער... (דאס איז מער באוואוסט אויף די אינווייניגסטע שפיגלעך, אבער א גרויסע חלק קארס האבן עס אינדרויסן אויכעט, בפרט אויף די לינקע שפיגל). נאכדעם קומט אז די שפיגלעך דרייען זיך אליינס אריין (פארמאכן זיך) ווען די אויטא איז געפארקט. נאכדעם קומט "בלינקערס" אויף די שפיגלעך, וואס איז סיי "קאאָל" און סיי ס'העלפט אנדערע דרייווערס וואס זענען אין דיין זייט (נישט אונטן) צו וויסן דיינע פלענער אז דו ווילסט זיך דרייען. נאך א פיעטשער, אויב מ'בעקט (ד.ה. מ'רוקט אריין די שיפט אין רעווערס) דרייט זיך די שפיגל אראפ לויט ווי מ'שטעלט עס אן אין די מעמארי.
ט) וויפיל מאל האט איר שוין געבעקט און אריינגעקראכט אין עפעס? זייער אסאך אויטאס פארמאגן שוין היינט עצות דערקעגן. עס גייט ווערן א געזעץ ביז בערך 3 יאר אז אלע אויטאס מוזן האבן כאטש עפעס א באווארענונגס מיטן דערקעגן. ע"פ רוב וועט עס זיין די סענסארס וואס פילע אויטאס האבן, וואס אויב מ'בעקט צו נאנט צו א זאך (OBSTACLE) הייבט אן קודם צו בלינקען לעקטערלעך און דערנאך פייפט עס העכער אדער שנעלער. ווער עס האט עס נישט קען דאס אינסטאלירן פאר בערך 300 טאלער. בעסערע אויטאס, ספעציעל די וואס פארמאגן א סקרין פארן נעוויגעישאן סיסטעם, האבן א קעמערא וואס ווייזט אין די סקרין די בילד פון אונטן און מען קען זעהן וואס טוט זיך מאחורי הפרגוד. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר צוצוהעלפן, און נישט זיך צו פארלאזן "לכתחילה" אויף דעם.
י) רעין-סענסינג ווייפערס. איר דארפט נישט פארלעשן אדער אנצינדן די ווייפערס. ער שפירט שוין אז עס איז נאס, און טוט זיין ארבעט אליינס. לעקסוס אויטאס האבן א ספעציעלע גלאז וואס איז "וואטער-רעסיסטענט", דהיינו עס לאזט נישט ארויף קיין וואסער, ער שטופט דאס אפ פון זיך.
המשך יבא...