היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ספר "ומשה היה רועה"

ספר "ומשה היה רועה"

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2068927

מקוה_איד » 26/10/2006 08:25

היינט ביים שבע ברכות אין וויליאמסבורג איז ארויסגעקומען די ערשטע אין די סעריע פון די ספר "ומשה היה רועה", פון קורת ימי חייו פון סאטמאר רבי זצוק"ל, א דיקן ספר, בלויז פון הולדתו ביז ימי בחרותו.

עס איז א MUST פאר תלמידיו וחסידיו, כאב עס אנגעהויבן צו ליינען סאט מיר געברענגט טרערן אין די אויגן, מ'פרישט זיך אויף די זכרונות אין מ'דערמאנט זיך וואספארא קדוש וצדיק מיר האבן פארלוירן.

אסאך פון אונז זעמיר ליידער אזוי פארטעמט מיט די "שטותים והבלים" (ווי דער רבי האט געזאגט ביי אושפיזא ד'משה), אז מ'פארגעס מיר פון די טייערסטע און הייליגסטע.

לאמיר זיך דא אויסשמועסן קאמענטארן אדער אויב איינער האט עפעס וואס מוסיף צו זיין.

בערגער213 » 27/10/2006 15:59

איך קען אייך זאגען באמת עס גיסט זיך טרערן ווען איך ליין דעם ספר

מקוה_איד » 27/10/2006 17:51

איין זאך וואס איז נישט אזוי קלאר, אפשר איז נישט דער פלאץ אין דעם ספר, די משפחה פון עצי חיים, זיינע אלע קינדער,

איז דער קלויזענבורגער (רביצין חנה) געווען די עלצטע קינד פון עצי חיים?

לויטן חשבון איז דער קלויזענבורגער עלצטע קינד, החריף הנפלא ליפא'לע הי"ד, שוין געווען 18 יאר ביי די מלחמה, איז ער שוין געווען חתונה געהאט?

האט דער עצי חיים בלויז געהאט 3 זוהן? ר' זלמן לייב, דער רבי ז"ל, זושא?

מקוה_איד » 27/10/2006 18:06

איך צו צוריק!!!

אלעס שטייט אינעם קאפיטעל "מראש צורים אראנו". קינד ביי קינד

כאב עס פשוט אויס געלאזט...