היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הפסק אינמיטן קר"ש?

הפסק אינמיטן קר"ש?

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2063844

שחמט » 19/10/2006 17:18

איך בין געגאנגען נאך געלט, זע איך אז א חלק עולם געבן נישט ווייל זיי האלטן באמצע קריאת שמע, און ווי באקאנט טאר מען דאך נישט מפסיק זיין, אבער רוב פון די האבן דאן געזאגט קריאת שמע נאכן דאווענען מיט די ר"ת תפילין, און לויט ווי איך געדענק (קען זיין אז איך בין ראנג) אז נאר פאר די שמונה עשרה טאר מען נישט מפסיק זיין ביי קר"ש, אבער סתם ווען מען זאגט קר"ש מעג מען מפסיק זיין מיט געבן געלט, (נישט מיט אויסרעדן, כמובן) ובפרט בין הפרשיות אדער אינמיטן די פרשה פון ציצית, על כל פנים אזוי געדענק איך, קענען די תלמידי חכמים שרייבערס אביסל מבהיר זיין דעם ענין, ותודה למפרע.