היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוין 2טע יאר וואס הקפה ניגון טויג נישט

שוין 2טע יאר וואס הקפה ניגון טויג נישט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2061920

13Hooper » 17/10/2006 06:49

מיר איז בכלל נישט געפאהלען די לעצטע 2 יאר די הקפה ניגון וואס איז א פארשלאפענע
אין נישט קיין אינטערסאנטע תניעות

אפשר ווייסט איינער צי איינער איז מאשר די נגינום אדער מען פארלאזט זיך אז ווען אזא גרויסער ווארעמער ציבור זינגט אינאיינעם וועט עס במילא זיין שיין

איך מיז באמערקען אז די ימים נוראים ניגונים זענען יא שיין געלאנגען

וואס איז ענקער מיינונג?

זענטער » 17/10/2006 12:57

מיר האבן די פיס זייער וויי געטון טאנצענדיג די נייע ניגון,
און אינמיטן די הקדמה האב איך יעדעס מאל געמוזט ארויסגיין זיך אביסל אויסרוען

ווען ביי אלע אנדערע ניגונים האבן זיך די פיס געהויבן ווי פון זיך אליין...

majyar718 » 17/10/2006 15:27

גערעכט,
די הקפה ניגון איז געווען אהן טעם,
סתם א ברום ארויף און פארשלאפענער ברום אראפ,
שוין צייט צו געבן א שאנס פאר  אונזערע נייערע בעל מחברים צו ארבעטן אויף נייע ניגונים,

טאראראם » 17/10/2006 15:56

מיט איין פרט בין איך מחולק, די פאריעריגע הקפה ניגון האט גראדע פיין געארבייט, מ'האט דאס היי יאר איבערגעזינגען סיי מיטל נאכט און סיי בייטאג און סאיז גראדע געווען צום דבר!