"נאך א זאך וואס איך וויל מעורר זיין, יעדער איינער וואס האט קינדער אין שטוב, זיי מעודד זיין, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך.
אז מ'זעהט אז א קינד לערענט גוט א גאנצע וואך, און מ'הערט אז ער האט גוט געלערענט, אדער גוט געדאווענט, אדער התנהגות, דרך ארץ, מדות טובות דארף מען זיי מעודד זיין און מחזק זיין.
נישט נאר זאגן מוסר און תוכחה. נאר מחזק זיין און מעודד זיין אויף א יעדע גוטע זאך. אפילו אז ס'דוכט זיך אז ס'איז גארנישט, ס'איז נאר א קלייניקייט, מ'קען נישט וויסן וואס מ'טוט אויף מיט דעם.
און בפרט איינער וואס האט פארשידענע סארט קינדער, מצויינים מיט גוטע קעפ, בעלי כשרונות, און אזעלעכע אן כשרונות, נישט מעודד זיין די מצויינים אויפן חשבון פון די שוואכע, און חלילה משפיל זיין די אנדערע.
אפילו די שוואכערע אז מ'וועט זיי מעודד זיין קען מען צוקומען צו גרויסע השגים און זיך אויסצייכענען אין יעדער זאך.
דורך משפיל זיין און נאר זאגן מוסר קען מען נאר מקלקל זיין אסאך מער ווי אויפטון, אמאל פעלט דאס אויס אבער ס'דארף זיין א שיעור און א גבול, און א יעדעס מאל מעודד זיין און מעודד זיין אן קיין שיעור און אן קיין גבול"
מתוך דא"ח ב'שטייענדיגע תורה' מוצאי שמחת תורה בבעלזא ע"י כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דעם יאר.
תוקן על ידי - שושנת_יעקב - 17/10/2006 4:04:17
אה! ווי גוט האט ער געזאגט
יישר כוח שושנת, הלוואי ויהיו דבריו נשמעין.
tzvi
I don't mind at all I just wonder waht are you trying to say, if it's unapropriate you can write me in 'ISHI'... Thanks
געווענטליך שמועסט ער שטארק קעגען אינטערנעט ביי די שטייעדיגע תורה, פון שושנת באזוך דא קען מען פארשטיין אז דאס יאר נישט?
שושנת
צבי האט געמיינט צו זאגן אז דאס איז דער אלף בית פון פסיכולאגיע אדער חינוך.
בקיצור נאך אמאהל אויס געטראפן דעם ראד.
101
,
translates into=the first things, the groundrules, the YESOD
by psych, he meant psychiatry
now combine it, and u'll get it
tzvi is right, but tzvi
in our community, unfortunatly, its not "101" and i congratulate the belzer, for steering
the "mechanchim" in the direction where we should be heading
not that he has any clout in our circles, but its still nice to see
au contrair to the BLUM philosophy of chinuch
hit ur kid until blood is flowing
דו פרעגסט אויב מען האט גארנישט גערעדט פון אינטערנעט? אפשר האט ער גערעדט נאך ענינים? פון דא איז משמע אז דער רבי האט גערעדט נאך ענינים מוצאי יו"ט:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=2061899Thank you Baachi
ברוך שכוונת
שושנת יעקב: איך האב נישט געמיינט אוועקצומאכען ח"ו
ער האט גערעדט פון אינטערנעט אויך, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל עס נישט האלטן אין שטוב, און אויב מ'דארף עס האבן פאר פרנסה זאל עס זיין אין א פארמאכטע שטוב, און אויך האט ער געזאגט "אז פארשטייט זיך מ'זאל עס נאר נוצען פאר וואס מ'דארף עס און נישט פאר אנדערע זאכן". (זעהט אויס אז די ווערטער האט שושנת נישט געהערט...)
איך האב אלעס גיהערט.
און וויבאלד ס'איז דא א היתר אז ווער עס דארף עס פאר פרנסה מעג עס נוצען דארפט איר מברר זיין וואס מיין פרנסה איז...
שושנת,
איך האף אז דו באקומסט באצאלט פאר'ן שרייבן אויף הייד-פארק....
דאס ערשטע מאל וואס א שרייבער איז מודה אז ער באקומט באצאלט פאר שרייבען אויף היידפארק
האהאהאהא
איך האב דען גיזאגט אז איך באקום באצאלט פארן שרייבן אויף 'היידפארק'? איך האב סך הכל געזאגט: זייט מברר וואס איז מיין פרנסה...
די רבי האט דאך געזאגט "אז מ'זאל נישט נוצען די כלי נאר פאר פרנסה און נישט פאר עפעס אנדערש", איז עס איינס פון די צוויי, אדער באקומסטו באצאלט פאר'ן שרייבן אויף ה"פ, אדער פאלגסטו נישט דיין רבי'ן.
(איך האף אז די ערשטע איז די ריכטיגע...)
ס'איז דא נאך איין היכי תימצי (ווייניגסטענס) וואס מאיזה סיבה וויל איך עס נישט שרייבן.
שרייבן אויף הייד פארק איז אזווי רעדן אין מקוה, אבער מען זעהט זיך נישט
_________________
אני לא מיצג אף אחד רק את עצמי, ודעותי הם על דעת עצמי בלבד ומשקפים רק את דעתי והשקפותי
פאר צייטונג שרייבער איז דא א היכי תימצי פון ליינען הייפדארק.
אבער שרייבען אויף היידפארק איז נישט דא נאר בתשלום.
אין בעיה
א ריכטיגע דוגמא ווי אזוי עמרצים פון 'הארץ' דרייען אויס די ווערטער פון א גדול בישראל...
עפשטיין
ממה נפשך, אויב גלויבט איר מיך, דאן נעמט אן מיינע ווערטער ככתבו וכלשונו. אויב נישט, איז אפילו איך וועל אייך זאגן אז איך באקום באצאלט פארן שרייבן אויף היידפארק, בין איך אויך נישט באגלייבט... א"כ הדרא קושיא לדוכתיה פון וואנעט איז דער היתר צו זיצן אויף היידפארק? אלא על כרחך מוזט איר אייך פארלאזן בלויז אויף מיין ווארט...
און איך זאג אייך:
אז חוץ פון נישט פאלגען מיין רבי'ן חלילה, אדער באקומען געלט פארן שרייבן, וועלעכע ביידע זענען נישט אמת, איז דא נאך א היכי תימצי וועלעכע איך וויל לעת עתה נישט מגלה זיין.