שרעקליכע תערובות ביי רעב ארון באגלייטען
BIG DEAL ! ! !
געדענקסט אפשר ר' שרה שארמאשער?
געדענקסט אפשר די סאטמארע רעבעצין ע"ה
זיי האבן זיך כסדר געדרייט צעווישן מענער,
זעט אויס אז אין סאטמאר איז תערובות נישט קיין עבירה.
מ'לערנט זיך פון מיסקעיקס, נעקסטע מאל וועט מען נישט אריינלאזן קיין שום פרויען אויף די הויז סטריט גאס אויך גייט מען זיכער מאכן אז צופיל מענטשן דריקן זיך נישט צאם אין פארנט פון רבי'ןס הויז.
עס איז שקר צו זאגען אז ס'איז געווען תערובות
נאכדערצי אין די גרויסע נייע שול אויף האפער (די ווייסע שול... )בשעת די הקפות איז די האלבע ביהמ"ד געווען פיל מיט פרויען בקיצור ווי מען האט זיך גערירט איז געווען תערובות די באגלייטן תערובות איז גארנישט קעגן א גאנץ יו"ט תערובות
נאר כך גזרה חכמתו של רבינו קען איך נישט שרייבן איך טאר נישט שרייבן די רבי לאזט נישט מער דאס שרייב איך נאר אזויפיל מיז איך אויסזאגן דעם אמת כדי נישט אפציפאפן דעם גאנצן דור (האחרון) ...
יעטץ וויל איך דא אויפריפן אינזער אלעמען באקאנטען מגיד הרב "צבי הירש" המכונה "לץ" איר דענקט אים...
דער עולם זאל זיין שטיל הרב מהייד פארק גייט זאגן דברי מוסר בנוגע די געוואלדיגע תערובות וואס אין פוצה פה ומצפצף דערנאך וועט רעדן דער וועלטס פארזארגאר הרב אלטר משה אדמו"ר מ'בעק (ער) ...
איך בין געווען הושע"ר אין ביהמ"ד, דו מיינסט איך האב געוויינט פון די דרשה, עההה, איך האב געוויינט צוזאמען מיט נאך טויזענטער אידן איבער דער טעראר וואס קומט פאר, וואס הייסט מ'צווינגט מענטשן אוועקצופארן פונדערהיים אויף א יום טוב, ווען וועט שוין UJO קער נעמען פון אזאנע מענטשן וואס צווינגן ארויף וואס זיי ווילן אויף טויזענטער אידן.
אוי האב איך געוויינט ווען מ'האט מיך מיט כח אריינגעצוואונגן אין די תערובות, ס'איז אזעלכע געמיינע מענטשן געווען, דו ווייסט מ'האט דאס געטוהן ממש במזיד, מ'האט דירעקט אויסגעקליבן יוז סט. ווייל דאס איז א שמאלע גאס, און קיינער פון גאנץ וויליאמסבורג וועט נישט באמערקן וואס טוט זיך דארט אפ אין די שפעטע מוצאי יו"ט נאכט שעות.
און די מיינסט נאר מיין בלוט האט מען געצאפט, איך האב פאר דיר נייעס, אויך וויאזוי הייסט ער, ר' געציל, יא, ר' געציל בערקאוויטש, דער דיין פון מאנדרוי, ער האט מיר געזאגט בסוד סודות, אז מ'האט אים געסטראשעט אויב ער קומט נישט אריין נעמט מען אויף ר' משה פרידמאן פון בארא פארק! קענסט אים?..
אזוי צו טערעראזירן מענטשן, אומגלויבלעך.
אינאמתן האבן מיר אויך געוואלט האבן פרויען-פאליס ס'איז עכט אינטערעסאנט פאר אונזערע קינדער, ליידער האבן מיר נישט געהאט די זכי'. געב איבער די ווערטער פאר דיינע חברים אין ענקער פורום.. תוקן על ידי - פשטידא - 17/10/2006 17:22:01
ווייל ווען עס איז דא תערובות לייגט מען ביימעלע אז מ'זאל עס (כאטש) נישט זען.
דא האט מען פשוט פארגעסן צו לייגען ביימעלעך... אזא חוצפה..
קיינער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז גאנץ יוז סטריט וואס איז הונדערטער טויזענט סקווער פיס וועט פיל ווערן
און אויף לי עוו. און בעדפארד איז אויך געווען טויזענטער מענטשען