סאטמאר האט איינגענומען גאנץ ניו יארק דעם שמחת תורה.
ווידעראמאל האט זיך די וועלט איבערצייגט למי החותמת ולמי הפסולים, אבער דאסמאל האט עס אפגעהילכט מיט א מעכטיגן שאס, ווען ס'האט זיך ווידעראמאל ארויסגעשטעלט ווער ס'איז דער אמת'ער רבי אין סאטמאר.
ס'איז נישטא די ווערטער אין מויל צו באשרייבן דעם הערליכן יום טוב וואס סאטמאר איז אריבערגעגאנגען.
דער סאטמארער רבי שליט"א האט געפירט הערליכע הקפות מיט צענדליגער טויזנטער מענטשן, אזש אז דער נייער בית המדרש איז געווען צו קליין פאר אזא ריזן ציבור.
מענטשן וואס זענען ארומגעגאנגען "הקפה שאפינג" זענען געווען ערשטוינט ביז גאר: אין סאטמאר זענען די 12 שטאקיגע פארענטשעס געווען געשטאפט אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. אין ראדני זענען די פארענטשעס געווען ליידיג, און כ'מיין נישט צו זאגן ליידיג, נאר ליידיג ליידיג. קיין איין יונגערמאן אדער בחור איז דארט נישט געשטאנען אויף די פארענטשעס. מען האט אויסגערופן בפקודת דעם סיגעטער בור אז יעדער איינער מוז אראפגיין פון די פארענטשעס, ווייל דאס בית המדרש איז געווען אזוי ליידיג אז ס'איז געווען בושות צו לאזן דעם עולם בלייבן אויף די פארענטשעס.
אין סאטמאר האט מען היינט שמחת תורה געענדיגט די הקפות א פערטל צו זיבן פארנאכטס, און רוב עולם האט שוין געגעסן די קרויט מוצאי שמחת תורה ווען אין אנדערע קרייזן האט מען שוין לאנג געהאט געענדיגט דעם יום טוב. ווען אין אנדערע קרייזן איז מען שוין לאנג געשלאפן האט מען אין סאטמאר נאכנישט געהאט געבענטשט פאר די יום טוב בייטאג סעודה.
סאטמאר נעמט איין ניו יארק שמח"ת!!!
א איד וואס איז אריינגעקומען פון מאנרא צום נעילת החג טיש האט געפרעגט זיין חבר: נו, וויאזוי איז עס געווען?
ענטפערט אים יענער: עס זענען דא ערנסטע דעבאטעס ווער ס'האט געהאט א גרעסערער עולם, פאפא אדער ראדני...
נ.ב. פאר די וואס זענען באמת נייגעריג: פאפא האט געהאט א גרעסערער עולם פון ראדני...
דעם שמחת תורה האבן אלע ווידעראמאל געזען אז סאטמאר איז ב"ה געבליבן פונקט אזוי שיין און איז נאך געווארן שענער ווי דער רבי זי"ע האט עס איבערגעלאזט, פאר ממלא מקומו וממשיך דרכו, כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
די זאליס האבן געליטן אזעלכע שרעקליכע בושות אז ס'איז געווען פחדים. זיי האבן אריינגערוקט זייערע פארענטשעס דאס מערסטע וואס מעגליך אין בית המדרש אריין, אבער מיט דעם אלעמען איז דאס בית המדרש געווען ליידיג און אויסגעשפילט, און די פארענטשעס זענען געווען בלויז א פערטל אנגעפילט... מיט קינדער...
| הערליכער שיינעם יום טוב אין ראדני | |
|
איך וואלט זייער געוואלט באשרייבן דעם שיינעם געלונגענעם יום טוב וואס מיר האבן געהאט אן ראדני בראשות דעם רבי שליט"א, אבער פקודתו שמרה רוחי, איך בין בפקודת הקודש פארבאטן צו שרייבן , ווען איך מעג ווען שרייבן וואלט איך באשריבן דעם שיינעם הושענה רבה, די פלאם פייערדיגע דרשה פון רבינו שליט"א, בהשתתפות הונדערטער אידן וואס האבן שוין צענדליגע יארן נישט געהערט אזא ווארעמע דרשה, די שיינע הקפות, ווי דער רבי שליט"א האט מיט אזא חביבות ארום געכאפט די ספר תורה, ער האט מיט א אויסטערלישער ליבשאפט געקישט די תורה ווי איינער וואס טרעפט זיך מיט א ברודער וואס מען האט שוין יארן נישט געזען, די הונדערטער מענטשן האבן זיך אלע צונויף געשטיפט אין סענטער פון בית המדרש צו כאפן א בליק אויף דעם מחזה הוד, ווי דער רבי האט א ספר (תורה) אין די האנט, אויף די 4 שטאקיגע פארענטשעס האבן די יונגעלעך תלמידי התלמוד תורה, געפאכעט מיט די פענדעלעך, און מיט געזינגען די הערליכע הקפה ניגונים, |
|
בילדער???
אויך, וואס איז געווען אזוי מורא'דיג ביי די זעקסטע הקפה ניגון שמחת תורה בייטאג, אז מענטשן הערן נישט אויף צו רעדן דערפון?
(איך שעם מיך צו זאגן אבער איך בין געווען אין ראדני קיינער קען מיר קיין מעשיות נישט פארקויפן)
איין זאך וואס קען מיר נישט ארויסגיין פון קאפ, איז די נענועים ביי די זעקסטע הקפה,
איך שרייב נאר פאר די וואס זענען דארט געווען ווייל איינער וואס איז נישט געווען קען מען אים עס נישט מסביר זיין נישט מיט קיין ווערטער אין אפילו נישט מיט פיקטשערס,
ווער ס'האט באמערקט ווען די רבי האט אויפגעהויבן די ספר אין די הייעך ווי די ביעמס פון ביהמ"ד האבן זיך געשאקלט, איך האב נאך יעצט טשילס ווען איך טראכט פון דעם,
א שאד א שאד אז מ'דארף ווארטן נאך א גאנצע יאר נאכאמאל דאס צוזעהן.
יש עושר שמור לבעליו לרעתו.
לכתחלה וואלט מען בכלל נישט געדארפט רעדן פין ראדני. נאך אזא ספעציעלער יו"ט וואס מיר האבן געהאט
די ערשטע נאכט האט געקענט אריינפארן א טרעלער אין ראדני, מאכען א יו- טערן אינמיטען ביהמ"ד אין נישט שעדיגין קיינעם
ביז חיים דוד דעסער האט אויסגעריפען אז עס איז סכנת נפשות...... אראפ פין די פרענטשעס {ביים בעל ברך משה פלעגט מען עס אויסריפען ביי די 6/טע הקפה}
מיטל נאכט האט ער שוין געהאט א ביסעל א גרעסער עולם
דאס ווייס איך שוין אז ס'איז שאד, אבער לאמיר עפעס הערן שוין. לאמיר עפעס זעהן שוין.
SIM אפילו איך וויל קען איך נישט.
לאמיר דיר דערציילן א קורצע זאך.
איך קום אהיים נעכטן (היינט פארטאגס) נאכן יו"ט און מיין ווייב פרעגט מיך די זעסט נישט אז דיינע פיס זענען צובליטיגט. און איך שטיי און שטוין איך האב שוין אפאר טאג נישט געוואוסט אז איך האב פיס. געדאווענט, געוויינט, געזונגען, געשטאנען, געטאנצען, זיך געשטופט, זיך געהויבן, און געשפרינגען אין די לופט, און נישט געשפירט גארנישט. אבער נאכדעם וואס מיין ווייב האט מיר דערמאנעט דערפון האב איך אנגעהויבן צו שפירן אז איך האב פיס. אבער עס טוט ביטער וויי, איך קען נאך יעצט נישט גיין געהעריג.
אבער וואס קען מען טון עס איז monday דער שלאפן וועל איך שוין משלים זיין אן אנדערס מאל. די סוכה וועט אויך מוזן ווארטן ביז איך וועל עס צונעמען.
אבער דאס עונג רוחני איז הדרה דלא אפשר למיפרט בשיפוותא (איך געדענק נישט ווי אזוי מען ספעלט דאס) נישטא קיין פעדער וואס קען דאס באשרייבן.
עס איז נישט מעגליך צי באשרייבען
וויפיל די וועסט הערן וועסטע נישט קענען מצייר זיין וואס עס איז געווען
איין שטיק רוחניות, שעות שעות פין דאווענן מיט הקפות, מיט א לעבעדיקייט,שמחה וחדווה מיט א געהויבנקייט
אזוינע הקפות האט נאך סאטמער נישט געזען
ביטע עפענענן א נייע אשכול דערפאר, דא איז שוין אנגע'חזר'ט מיט ראדני
תוקן על ידי - moshe06 - 16/10/2006 19:47:58
די וועסט קיינמאל סייווי נישט וויסען וויאזוי ס'איז געווען ווייל מ'קען דאס באמת נישט מסביר זיין
איך וואלט דיך געראטען אז די זאלסט דיך אליין פארשטעלן די מערסטע מענטשען וואס די טראכסט אז ס'איז געווען, און די היילגסטע, לעכטיגסטע, דערהויבנסטע, און ווען די האסט שוין ארויס די בילד דאן לייג צו נאך 3 מאל אזוי היילג, ריזיג, דערהויבן, לעכטיג, און שיין, אזוי וועסטו אפשר קענען באגרייפן האלב ווי אזוי ס'איז געווען.
אבער עפעס, משהו, איין סיקונדע, איין ברעקל, איין טענצל, קענמען דאך יא איבערגעבן. הייבט'ס אהן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
אגרויסן דאנק.
תפלות: תפלת גשם שמע"צ
הקפות: די הייליגע נענועים ביי עוזר דלים שמח"ת בייטאג (פארנאכטס)
עריכת השלחנות: נעילת החג מוצאי שמח"ת
דברי תורה: ביים נעילת החג טיש "אין אסאך געלט! אמן! וכו'"
(פלא"ף: הקפה ניגון תשס"ז, דיזעסטער: באגלייטן מוצאי שמח"ת)
מען באשרייבט דאס נישט, ווייל, פשוט,
וויאזוי באשרייבט מען א פילינג?,
וויאזוי באשרייבט מען דערהויבנקייט?,
וויאזוי באשרייבט מען הערליכקייט?
נישטא די ווערטער, נישטא די פענע וואס קען דאס באשרייבן,
אילו פינו מלא שירה כים, ושפתותינו שבח כמרחבי רקיע
וועט נאך אלץ זיין, אין אנחנו יכולים,
מיר וועלן נאך אלץ נישט קענען אפילו אנצוהייבן און שילדערן דאס דערהויבנקייט און לעכטיקייט פון די פארגאנגענע ימים האחרונים פון יום טוב, איין לאנגע קייט פון רוחניות, איין לאנגע קייט פון ווארעמייט, למעלה מן הזמן ולמעלה מן המשוער, ביי מיר האט זיך דאס אנגעהויבן ביי אושפיזא דמשה, ווען דער רבי שליט"א האט געפירט זיין שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה אין וויליאמסבורג, ווען אלפים מאנשי שלומינו האבן זיך צוזאמען גענומען כולם כאחד תחת דגלו של כבוד קדושת רבינו, די ווארעמע ניגונים, די דברות קודש, וואס יעדער האט געשלינגן יעדעס ווארט, דאס איז געווען די איינלייטונג, די הקדמה פאר די הייליגע צווייטע טעג,
דאן איז געקומען דער יום הגדול והנורא, הושענא רבה, ווי אלפים חסידים ואנשי שלומינו זענען זיך צוזאמען געקומען אין בית המדרש הגדול, לשמוע את דבר השם, ווי רבינו שליט"א האט געזאגט זיין הושענא רבה דרשה, רבותי, מיין פענע איז צו ארעם צו קענען אראפשרייבן מיינע געפילן, בטבע בין איך נישט קיין בעל בכי, ובפרט ברבים, אבער דא ווי טויזנטער חסידים, יונג און אלט האבן פורץ געווען בבכי ווען רבינו שליט"א האט מעורר געווען לבב חסידיו, א שטראם טרערן האט ארויס געגאסן פון מיינע אויגן, יעדער אינאיינעם האט געוויינט און אויסגעניצט די געלעגנהייט לתשובה און געבעטן פאר א גיט געבענטשט יאר און א גיט קוויטל,
אבער דאס איז נאר געווען דער אנהייב פון דעם לאנגען 75 שעהדיגער טאג, וואס האט זיך אנגעהויבן דאנערשטיג נאכט, דאס הייסט די ערשטע נאכט פון הושענא רבה, און געענדיגט מוצאי יום טוב, בערך 12 אזייגער ביינאכט, דער גאנצער יום טוב איז געווען איין לאנגער קייט פון דאווענען, טאנצן הקפות, און עריכת השלחן, אלטע אידן וואס האבן זיך געווייקט ביים הייליגן רבי דער בעל דברי יואל זכותו יגן עלינו, האבן מיט געפיל ערקלערט פאר די יונגערע חסידים, אז כך הי' אומר, אזוי האבן אויסגעזען די דאזיגע טעג ביים רבין זי"ע, די לאנגע הקפות, ווי די הקדמה אליין האט גענומען ארובער צוויי שעה, ולא אמר אף אחד צר לי המקום, טויזנטער אידן זענען געשטאנען צוזאמען געפרעסט, צוזאמען געשמאלצן, און צוזאמען געשפרינגען און געטאנצן לכבוד הבורא יתברך שמו, א ריכטיגע שמחת התורה,
שמיני עצרת בייטאג, ווען דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו די תפלה פון גשם, ווי דאס בית המדרש איז געווען מלא על כל גדותיו, ווייל מען איז שוין דאן געקומען פון אנדערע בתי מדרשים צו הערן גשם פון רבין, אזא הערליכע תפלת גשם האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט, מלא געגועים והשתפכות הנפש, נאכער איז געווען דאז געזעגענען פון די סוכה צוזאמען מיט שלש סעודות אין די גרויסע סוכה אויף פען סטריט, ווי טויזנטער מענטשן חסידים האבן זיך צוזאמען געשטיפט אין די סוכה און פילע טויזענטער אידן וואס האבן נישט געהאט קיין ארט אין די סוכה זענען געווען אויף די גאס, נאך די סעודה האט מען אהייב באגלייט דעם רבין, און רוב עולם איז געגאנגען פראווען שנעלע הקפות און א שנעלע סעודה כדי צוריק צוקומען אין בית המדרש צו די הקפות,
בערך 12 אזייגער איז דער רבי אריין געקומען צו די הקפות, וכמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, וינועו אמות הסיפים, ביז 5:15 איז דער עולם געשטאנען און געטאנצן מיט א ברען מיט א חיות, כאילו עס וואלט געווען אינמיטן טאג, אבער די היילייט, די הויכפונקט פון די הקפות איז געווען די בייטאגיקע הקפות, ובפרט די זעקסטע הקפה, ווי נאך טויזנטער אידן האבן זיך אריין געשטיפט אין דעם אזוי אויך אנגעפילטן בית המדרש, נישט צו פארפאסן די זעקסטע הקפה, טייערע ברודער, גויל אילו רקיעי, קני כל חורשתא, דיו אילו ימי וכל מי כנושותא, וואלטן מיר נאך אלץ נישט געקענט אפילו אנצוהייבן און באשרייבן די הויעכע געפילן פון די זעקסטע הקפה, דער עולם איז פיזיש געשפרינגען אין די לופטן, די ברענטשעס האבן מיט געטאנצט, לעבן מיר איז געשטאנען א איד פון אריבער די שמונים, רבותי, ער איז געשפרינגען ממש ווי א קליין קינד, ער דערציילט מיט טרערן אין די אויגן אז אט אזוי האט אויסגעזען די הקפות ביים רבין זי"ע אין די שטאט סאטמאר,
די נעילת החג און באגלייטן איז א עקסטערע מסכת און א פרשה פאר זיך, ווי אין דעם בערך 13000 סקווער פיס בית המדרש האבן זיך אריין געשטיפט קרוב צו 10000 מענטשן, און די גאס ארום און ארום איז געווען שווארץ פון מענטשן, ויום טוב הי' עושה בצאתו מן הקודש, דער רבי האט מעורר געווען ביי די הייליגע דברות קודש צו לימוד התורה, ער האט אן געוואונטשן יעדן איינעם צו א גיט לעכטיג געבעטשט יאר, געזונט, און עשירות, יהי רצון אז אלע זיינע תפלות און ברכות זאלן מקויים ווערן,
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו,
איך האב דאס געשריבן בחפזון, ואתכם הסליחה,
טרייען עפעס אראפ צו שרייבן טרוקען ווי א שארב
ווייל אנדערש קען מען נישט ווען מען טרייעט אריינצו גיין אין דיטעילס ווערן די פינגערס שטייף
און קענען נישט טייפן ווען די פילינגס הייבן אן ארויף צו קומען
דארנעשטאג נאכט:
מען קומט אראפ פונעם וויליאמסבורג ברידזש און א מזל'דיקע שעה אום 8:30
מען גייט גראד צום אכסניא לייגט אראפ די פעקלעך עסט א שטיקל חלה סעודת דוד און עפעס צובייס בענטשט
און מען גייט חאלעמויד האלטן זען דעם נייעם וועלטס וואונדער וואס רופט זיך "הופפער" מען קומט
אן 9:15
די קאפ שווינדעלט "ווי זאל איך קוקן ערשט?" מעלה, מטה, מזרח, צפון, די ריזיגע ארון הקודש, די
מזרח וואנט,
די שטענדערס, די מארמור אויף מזרח וואנט, די דאך, אויבן די ווייבער שול , צפון זייט, מערב
זייט וואס איז באדעקט מיט 12 שטאקיגע פארענטשעס וואס כאב נאך אין מיין לעבן נישט געזען נאר
אויף פיקטשורס פונעם להבדיל זענטע רבי'ס...., די גאלעריען, די באלעמער, איך געב א קוק אויפן
צעטיל אז 9:30 ליינט מען דערנאך אושפיזא דדוד דערנאך תהילים מען דרייעט זיך מען קוקט ארויף
אראפ הין און צוריק 10:00 איז דער רבי אריין געקומען און איז ארויף צום בלעמער פון די זייט
שטייען די בעלי קורא'ס און די גבאים.... די זעלבע ווי 10 יאר צוריק נאר מיט ווייסערע בערד...
די רב שליט"א שטייט לעבן זיין שטענדער (געפילן אין א זייט) א גאנצען ליינען טראכט איך נאר פון
איין זאך "ווי אזוי האט מען דאס באוויזען?" א וואך פאר ר"ה זע איך א בילד פון א טראק אינסייד
מיט א אייזענעס פון אויבן זאמד פון אונטען און דא זע איך א פיקס פארטיגע ביהמ"ד די גרעסטע אין
וויליאמסבורג,
וואס האט מען געטוהן ערשט וואס לעצט? וואס ווען און וואס וואו וואס ווער? טישען , בענק,
בלעמער, ארון הקודש, מזרח וואנט, פארענטשעס, די אייזערנע טירן גרויסע קליינע, אויבערשטע שטאק
ווייבער שול
ביז איך נישט געזען די פלאר האב איך נישט געגלייבט אז דאס איז א נייע ביהמד
11:45 האט מען גענדיגט ס'ליינען מען יאגט זיך צו כאפן א פלאץ אין די סוכה,
א מינוט! כאב נאך נישט געדאווענט מעריב? מען טרעפט א מנין און איינע פון די פאליש'ן און מען
לויפט זען צו מען קען נאך עפעס זען
... ניין שוין צו שפעט.. קיין ליידיג ארט.., אקעי טראכט איך אפשר דאך סאיז דאך פארט נאר
סאטמער און סכנת נפשות מיינט תקנות נפשות מען שטיפט און שטיפט און מען קריכט אהער אהין ארויף
ביז מען זעט די לעכטיגע צורה מען זעט דעם זה השולחן אשר לפני ה'
שריים איז אוודאי נישט אנגעקומען אזוי ווייט
די ווינטען ווארפן מיך באלד ארויס פון די סוכה וואס איך שטיי מיט איין פיס אינווענדיג און
איין פיס אידרויסען איין האנט כאפט אן א אייזן פון די פארענטשעס אויבן די אנדערע עפעס א אייזן
פון אויבן כ'ווייס נישט וואס
דער רבי וואונטש לחיים ר' שמואל הכהן שטעלט גרעיפ דשזוס די וואס הייסן דוד
דער רבי טיילט שרייים די אלע וואס הייסן דוד שטיפן זיך ארויף און שטרעקן אויס די הענט פון אלע
זייטן שטופט מען און סקומען נאך און נאך, עלטערע, יונגערע, בחורים, קינדער שטיפן זיך אלע
אינאיינעם (אזוי סאך הייסן נאך דוד המלך?)
ששש.... א הערליכע דרשה ... ואנכי תולעת ולא איש.... רעדט איבער די גרויסעקייט פון די
קומענדיגע טעג...
ר' יעקב אייזן פון מאנטריאל בענטשט מען גייט צוריק צו הופפער כ'הייב אן זאגן תהילים,
ווען די רבי האט געזאגט די ערשטע קדיש האב איך מיך דערמאנט אז איך דארף קוקן אויפן זייגער ..
2:15... איך האלטענדיג ביי די מם'ס כאפ זיך אז מיין אכסניא שלאפט שוין אוודאי לאנג איך לויפ
אהיים איך וויל דיך נישט אריינקריכען ווי גנב צו אים אינמיטן די נאכט נאך וואס איך האב אים
געזאגט אויף 2:00 בין איך צוריק און דא האלט מען נאך אנהייב
עד כאן די ערשטע נאכט 2:20 ביים ערשטען ספר וואס איז געווען ווייטער ווייס איך נישט
הושענא רבה צופרי געשטאנען אויפן צעטל 10:30 איך קום אן נאך 11:30 זאגט מען מיך אז סיז געווען
2 ברית'ן און מען האלט יעצט ביי הלל הגדול פאר ברוך שאמר איך הער דעם רבין דאווענען ..."כי
לעולם חסדו"!!!!... נוסח די הייליגע טעג, א סקרוך גייט דורך מיינע ביינער (געפילן אין א זייט)
ברוך שאמר אא"וו, די געלט גייערס גייען ארום איך דערמאן זיך מיט א 15 יאר צוריק די זעלבע געלט
גייערס אין די זעלבע צייט... שיר העמלות ממעמקים... (אאמממ א צווייטער זאל עס שרייבען ווייל
טרערען רינען דערמאנענדיג דעם רבי'ן בכיות ביי דעם קאפיטל)
מען הייבט אן הלל (געפילן אין א זייט) חנון ה' וצדיק... אנא ה' כי אני עבדך.... (נישט צום
באשרייבן)
דער רבי הייבט אן די ערשטע ננענועים ניגון מען שטיפט פון אלע זייטן ענדליך טרעפ איך א בענקל
און ..... (א צווייטער זאל עס ביטע שרייבן)
מען ענדיגט יהלולך פון דארט און ווייטער ביז יעצט האב איך מיך געפילט ווי איך בין אין אן
אנדער פלאנעט וואס איז נישטא קייין גשמיות דארט
געווען צייטן וואס כא ממש נישט געקענט הערן די דרשה ווייל די בכיות ארום מיר האבן
איבערגעשטיגן די הויכהילכערס
געווען 6 דרשות
למענך אלוקינו
" בוראינו
" גואלינו
" דורשינו
למען אמיתך
למען בריתך
אומבאשרייבליך...
בערך 3:30 האט מען אויסגעקלפט דעם הושענה אריינגעלייגט דעם אתרוג אין בוזעם
עס האט עולה געווען אלעד'ער רב שלישי
רבינו שליט"א רביעי
דערנאך האט זיך געשטעלט א רייע פון גומל בענטשערס וואס האט זיך געצויגען ביז צפון זייט
צוקומענדיג נאך און נאך און נאך סהאט אויסגעקוקט ווי מען לאדענט יעצט אפ 10 פליגערס איינס
נאכנ'ס אנדערע
יעדער גייט דורך בענטשעט גומל און נעמט שלום פון רבינו שליט"א
ס'האט געדויערט א היבשע וויילע (איך האב נישט געציילט קיין מענטעשן)
מיין מויל איז געווארן טריקן פון זאגען הונדערט מאל "מי שגמלך..."
מוסף האט זיך מיר געדאכט ווי ר' העניך'ס קול ??????????
ותערב האט זיך געזאגט אנדערש ווי אלעמאל נאכן הערן די דרשות
ביים דוכענען אינטערען טלית האב איך געמיינט אז די ביהמ"ד באשטייט פון לויטער כהנים אדער אז
די ישראלים זאגן אויך נאך
מען רופט אויס אז מיר זענען געלאנדענט אין די סוכה
אבער קוקענדיג אינעם לוח און אויסרעכענדיג וואס איך האב נאך צו ענדיגן פארן זמן איז מיר די
איבערגעבליבענע שעה געווען מער ווי טייט
און כאב נישט מיטגעהאלטן דעם הושענה רבה טיש
6:20 קום איך אריין אין ביהמ"ד זעה וויי די אריינגאנג איז אונטער מענטשען די ווענט זענען ארום
זענען געפעינט שווארץ פון מענטשען קעפ אויף קעפ ווי די האסט זיך געדרייעט האסטו נאר געזען מענטשען
ווי הויך האסט געקוקט האסטו נאר געזען מענטשען
מען פאנגט אן דאווענען אלעד'רב דאכט זיך מיר האט גדאווענט מנחה יצחק ראזענבערג מעריב וואס
זיין שיינעם קול (כאב נישט געוואוסט אז ער איז אזא שיינער בעל תפלה) איז איבער געריסען
געווארן יעדע מינוט פון די קולות פון דרום זייט וואו עס האלט און איין ארויף פאפן פארענטשעס
מיט מענטעשן ווי פאפ קארן
פליצלינג!! פפפפא!!!!!! א מעכטיגע דינער האט אפגעהילכעט.. ווווויייייייידבר
משהההעעעע!!!!!!!!!......
איך האב נישט געקענט הערן פאר די נעקסטע פאר מינוט
נאך מעריב דער רבי גייט צו...
אתה הראית לדעת .... טרערן רינען... (א צווייטער זאל עס שרייבן)
משמש יואל קויפמאן איז מכבד מיט כבוד התורה דער רב שליט"א קרית יואלער דיין ... אא"וו
מען הייבט אן די הקדמה וואס געדויערט כמעט איבער א שעה אלע זעקס שטיקלעך
ר' מאיר פערל גייעט פאראויס און מאכט פלאץ נאכער קומט צו גיין נפתלי הירצקא שטיין בעקווערד
פארן רבי'ן און א מחזה הוד ווי אזוי רבינו שליט"א לויפט ארום טאנצענדיג מיט דעם קליינעם ספר
וואס האט מיר אויסגעזען לויטער זילבער פון 8:00 ביז 11:30 ארום לויפענדיג ארום און ארום דעם
גרויסען רינג צענדליגער מאל יעדע הקפה וואס איז געלאפן פון איין עק ביהמ"ד ביז די אנדערע
ווען אימער ער האט זיך אפגשטעלט (טאנצענדיג שטייענדיג אויף איין פלאץ האט מעך געהערט א
קלאטשעריי וואס זייענדיג אונטען האב איך נישט געקענט ווייסן וואו ער איז ווייל מען האט
געקלאטשט פון אלע דריי זייטן
נאך די ערשטע הקפה האט שוין מיין פיס נישט געוואלט קאפפערירן מיט מיר איך האב געמוזט
ארויסגיין שעפן לופט
איך בין געגאנגען צו צפון זייט ביים וואנט אויף די פארענטעש ווי סאיז געווען שיטערער זיך אראפ
זעצן אביסל
שוין צענע און מען האלט נאך ביי די דריטע איך באטראכט ווי אזוי דער רבי טאנצט שוין אזוי 2 שעה
ארומלויפענדיג און טאנצענדיג פון לינקס אויף רעכטס איינגעבויגען ארום האלזענדיג די תורה'לע
און ... ווי אזוי באווייזט מען דאס? וואו אזוי האבן זיינע הייליגע פיס געקענט 3 און אהאלב שעה
שפרינגען ארויף און אראפ? (איך הער טאקע אז משה אהרן האט שוין פארפירט פארדעם אז דער רבי זאל
נעמען דאס און יענץ פארן טאנצען אספירין, גרעיפ דזשוס, און איך וויי ס וואס נאך... טיפיקל משה
אהרן און דער רבי האט אים געזאגט איך ווייס נישט וואס די ווילסט פון מיר שמחת תורה איז למעלה
מן הזמן למעלה מן שכל אנושי)
6' הקפה 11:00 בערך
דאס איז שוין שווער צו באשרייבן קוקענדיג פון צפון האט מען געזען ווי די גאנצע ביהמד די
מענטשען אונטען צוזאמען מיט די מענטשען אויף די פארענטשעס שפרינגט ווי איין גרויסע ספרינג מיט
א פיס הויך ארויף און אראפ די מחזה איז געווען עפעס מוראדיג וואס די וואס האבן דאס מיטגעהאלטן
פון צפון זייט איז עס געווען זייער אינטערסאנט סהאט אויסגעקוקט ווי אזא גרויסע גיגאסטישע
שווארצע זאך
אזא שעיפ
/__וואס באשטייט פון מענטשען הייבט זיך ארויף און אראפ
נפתלי הירצקא שטיין האט זייער גוט אנגעפירט די 6'טע הקפה ניגון אז סהאט אזוי געדינערט ספעציעל
ביי די הווווווווווווווווווווווי!!!!!!!! אז מאנכע זאגן אז זיי האבן געזען די גרויסע בימס
אויפן דאך צוזאמען מיט טשענדעלירס האבן זיך געשאקעלט ....אוי וויי!...
די שענסטע איז געווען אז יעדער האט געזינגען און געטאנצען אויף די זעלבע טאקט צוזאמען
11:40 בערך האט מען גענדיגט
המשך יבא..
איך מיין אויך אז ר' זלמן האט געהאט ביים נעילת החג טיש א גרעסערן עולם ווי רבי אהרן...
און ביי די הקפות האט "אויסגעזען" ווייניגער ווי האלב פון די אהרונים...
אהן שרייבן געפילן, און מיט טריקענע פאקטן, גיסט זיך פון מיר טרערן ליינענדיג דיין באריכט פון די הימלישע טעג וואס מיר האבן אלע מיט געלעבט, אשרי עין ראתה!
אפאר פונקטן וויל איך נאר צולייגן, דאס ערשטע קומט א 'מעדאל ' פארן משמש ר' יואל קויפמאן וואס האט אראפגעלייגט אן אויסטערלישע ארבייט במשך די טעג, אהער צו שטעלן דעם ביהמ"ד דעם יו"ט, ממש עבודת הפרך, בענק אריין, בענק ארויס, אויפשטעלן די פארענטשעס, און עס צונעמען, יעדע זאך עטליכע מאל דעם יו"ט, און אלעס אזוי געשיקט ממש אויפן ספיד וואס מ'האט געבויעט דעם ביהמ"ד.....! ! !.
ווער רעדט נאך וואו שנעל ער האט באוויזן אויסצושטעלן דעם נעילת החג טיש נאך די הקפות עפעס וואונדערליך. אזוי אויך די איבעריגע עסקנים פון וומסב"ג וואס האבן אריינגעארבייט מיט אלע כוחות.
איך געדענק נישט אלע ביי די נעמען, טייל יא, ר' אברהם סופר, ר' ....... שטרויס, די 2 פארקאש ברידער'ס
פון קרית יואל, ר'....... פאללאק , און ר' מאיר פערל, וואס אגב דאכט'זיך אז ער האט היי יאר אויך מסדר געווען און סערווירט אלע סעודות יו"ט און אש"ל מלא פאר די הונדערטער אויסלענדער כמידי שנה בשנה,
ר' הירצקא שטיין וואס האט געמאכט שוין צום 3'טן יאר א סופער דזשאב לויפענ'דיג פארענט פון רבי'ן זאל לעבען, ( הגם איך פארשטיי באמת נישט וואו אזוי ער קען דאס באווייזן, און נאך דערצו דאס לויפן אויף צוריק-צו-וועגס) און האט אנגעפירט די גאנצע הקפות, די ניגונים א.א.וו., ר' שמואל ווידער, ר' משה אינדיג, ר' שלמה זלמן ווייס, ר' שלום לאנדא, ר'........ קליין, ר' שלמה הערש עקשטיין פון קרית יואל, און נאך אסאך וואס איך קען זיי ניטאמאל,
בקיצור נמרץ !
מיר זענען זיי שולדיג אן הכרת הטוב!!!
תוקן על ידי - משמשבקודש - 17/10/2006 3:17:42
פנחס מיילך
די זאליס זאגן אז ר' זלמן לייב האט בשום אופן נישט געוואלט טאנצן פאר ברענטשעס, אזויווי זיין
טאטע ז"ל האט נישט געלאזט יונגעלייט ארויפגיין שמח"ת אויף ברענטשעס,
זיין טאטע האט נישט געלאזט??........זייט ווען???
האסטי אמאל געטאנצן אינאיינעם מיט זיין טאטען????
ביי זיין טאטע איז אלעמאל די ברענטשעס געווען געפאקט מיט אינגעלייט.
{חוץ ביי די 6'טע הקפה. האט ער געבעטן אז מען זאל מאכען פלאטץ פאר די קינדער}
ביי נעילת החג וואס די זאליס האבן געמאכט אין די נייע ביהמ"ד איז טאקע געווען א ריזיגע עולם,
אפשר אפילו מער ווי ר' אהרן האט געהאט ביי זיין נעילת החג טיש.
דאס קאסט שוין א שמייכעל
גראדע פארשטיי איך פארוואס די שרייבסט עס, ווייל מר. שפיטצער ארבייט שוין פעסט אויף די בילדער..... תוקן על ידי - moshe06 - 17/10/2006 4:57:10
בארואיגטס ענק, פנחס מיילעך מאכט זיך סתם משוגע. ער איז אן אהרוני וואס פרובירט צו עקטן נייטראל, אבער ער מאכט עס נישט גוט, ווייל ער וויל נישט מען זאל אים חושד זיין אין זיין אן אהרוני, און דעריבער שרייבט ער מער לטובת די זאליס.
[בילד – נישט אפגעהיט]
האבן געטוהן דעם ריכטיגן שריט און זיכער געמאכט אז בשעת רבינו שליט"א
געפינט זיך אויף די בימה שטייט נישט קיינער אויבן יהי'ה מי שיהי'ה, אזוי אז
יעדער איינער פון אלע זייטן פון ביהמ"ד האט געקענט מיטהאלטן דעם גאנצן
סדר ההקפות אריינגערעכנט ביי די 'תורה' און ביים זינגען דעם 'חרדים'.
ר' יצחק רז"ב (ראה"ק), ר' הירצקא שטיין, ר' שמואל ווידער, ר' שלום לאנדא, ר' מאיר פערל און נאך
תשואות חן להם
תוקן על ידי - טאראראם - 17/10/2006 16:29:38
איך מיין נישט ח"ו אוועק צו מאכן די פרישע מסירת נפש'דיגע עסקנים און סדרנים, נאר דעי פון די אמאלי'גע געווארדיע האט געהאט אן אמאליגן חן, און האט מיר אויפגעברענגט אלטע זיסע און שטורעמישע....... זכרונות!!! און מסתמא פאר אנדערע אויך!
תוקן על ידי - טאראראם - 17/10/2006 16:25:36
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
זעט מען הר"ר אלעזר קליינבערגער ממנהלי המוסדות,
לעבן אים זעט מען הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער
אויף דעם בילד, זעט מען די מענטשן אינטערן גאלערי אויף צפונית מערבית
בערך 140 פיס אוועק פונעם אויבן-אן.
דאס איז אינגאנצן אין די בעק, אויף רעכטס
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
שמיני עצרת ביינאכט האט מען צעשפרייט זאגערליך
איינער האט עס מנדב געווען (ביטע שרייבן ווער, כ' געדענק שוין נישט)
אזוי עס איז געווען שבת און מען האט נישט געקענט ברענגען די מחזורים
לדבאונינו אזוי ווי איך וואין אין ק"י האב איך וואו יעדן צוזאםגעקנייטש און אריינגעלייגט אין טאש
און..... נאכן אהיים קומען ווערט מער גוט..
כ'טרעפ אוס אין מיין בוזעם ס'האט אויסקוקט וואו מען האט עס אויסגעוואשן אין א וואש מאשין
אז 1 שעה נאך לעכט צינדן איז שוין נישט געווען קיין זכר דערפון, אלעס איז שוין געווען צוכאפט!
מיש נישט אריין די עירוב פרשה דא, וואס איז אגב בכלל נישט מהודר.
_________________
גאנץ יו"ט האט ר' זלמן לייב געהאט א 4'טל עולם פון וואס סאטמאר האט געהאט חוץ איין זאך האט סאטמאר געהאט א 4'טל פון וואס ר' זלמן לייב האט געהאט די טיש אינמיטן ביהמ"ד ביי נעילת החג איז ביי רז"ל געווען 16 פיס ברייט אין סאטמאר איז עס געווען די טיש אינמיטן נאר 4 פיס ברייט פינקט א 4'טל
אזוי ווי ישכר בער האט עס דערהערט האט ער אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף אים שייגץ גיי ארויס די ברענגסט אונטער די קהלה.
ר' יעקב האט אים געזאגט וואס שרייסטו אויף מיר, איך בין דאך דא גיי אויף הופער און שריי דארט אויפן ריזן עולם פארוואס זיי קומען נישט אהער.
ישכר בער האט אים אנגעכאפט ביים גענאק און ארויסגעפירט מיט בושות
_________________