היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » *** בילדער אושפיזא דמשה אין סאטמאר ***

*** בילדער אושפיזא דמשה אין סאטמאר ***

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2057415

פיקטשערס » 10/10/2006 19:06

איך האף אי"ה ארויפצולייגן הערליכע בילדער
פון נעכטן ביי די הערליכע אושפיזא דמשה טיש אין די סוכה הגדולה
ווייט קאר פען

פיקטשערס » 10/10/2006 19:13

ערשטע בילדער[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 10/10/2006 19:15

ערשטע בילד איז גענומען געווארן פונעם אויבן-אן.
מ'האט אינמיטן זינגען

מ'זעט די מענטשן וועלכע זיצן פאדערשטע.

פיקטשערס » 10/10/2006 19:23

נאך א בילד גענומען פונעם אויבן אן.[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 10/10/2006 20:02

א בילד וואו מ'זעט דעם אויבן אן
פון דער ווייטנס
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 10/10/2006 20:12

ביים גרויסארטיגן טיש האבן זיך אנגעזען גדולי הרבנים
ווי הגה"צ וואלאווער רב שליט"א
און אחיו הגה"צ נירבאטור רב שליט"א

רבינו שליט"א האט גערעדט דברי תורה בערך א שעה צייט.
קודם האט ער אנגעהויבן מיט א פשעטל, פונעם רמב"ם, שער המלך, קצות און אבני מילואים.

פון דארט איז ער געשווימען צו  חסידות און עפעס פון אר"י הקדוש (כ'כדענק שוין נישט וואס).

נאכדעם האט ער אנגעהויבן זאגן מוסר, איבער ענינים פון לימוד התורה, קדושה וטהרה
שטארק גערעדט פון מקוה, און אז די מילוי פון סוכה קומט אויס "מקוה" (איך פארשטיי נישט גענוי סארי).
און נאכדעם איז ער אריין בעומק הדברים איבער די פלייש שערוריה פון מאנסי.
ער האט געשריגן ווי א לייב אז דאס עסן טויג נישט, מ'קויפט איין איבעראל און מ'עסט אלעס. און דאס איז דער יסוד פון אלע פגעים ומרעין בישין און ווידעראמאל ציטירט עטליכע רמב"ם'ס.

דער  טיש איז געווען חטיבה אחת פון דערהויבנקייט.
פון דאס הערליכע זינגען פון שירה, צי די הערליכע תורה, די פשעטל און די חסידות און די בליציגע טרעפליכע געדאנקען און דערנאך די פלאמפייערדיגע מוסר... אה א נחת.

א שאד אז דער טיש האט זיך געענדיגט 1:15 ביינאכט

א שאד.

yones69 » 10/10/2006 20:18

איך בין געווען ביי ביידע טישן.

דער חילוק פון די צוויי טישן איז בערך דער חילוק פון:
א טיש ביי מונטקאשער רבין שליט"א
א טיש ביי באבוב'ער רבי'ן...

איין טיש איז טויט (ווי א כהן טאר נישט אריינגיין)
די אנדערע איז לעבעדיג אז מ'קען דארט חלילה עלעקטרעזירט ווערן.

איך האב אויך פראבירט צו כאפן בילדער,
און איך האב עטליכע בילדער וועלכע צייגן אז אינדרויסן פון די סוכה, בשעת די סוכה איז געווען געשטאפט אז א נאדעל האט נישט געקענט אריינגיין, זענען הונדערטער מענטשן געשטאנען אינדרויסן אויף ווייט עוו.

ביי די סוכה פון רז"ל איז געווען א פוסטעניש מבית ומבחוץ. שיטער פון אינעוויינג און פוסט פון דרויסן.
אויסערדעם וואס דער לאקאלער "למדן" אונזערער האט קיין ווארט תורה נישט געזאגט (נוסח סיגעט סאטמאר / זשיגאן)

JETBLUE » 12/10/2006 00:01

כ'האב ארויפגעלייגט א קליפ פון אושפיזא דמשה הגם ס'איז נישט אזוי קלאר און אויך די סאונד איז נישט אזוי גוט, אבער מ'קען זעהן דער גרויסע עולם.
http://rapidshare.de/files/36396624/IMGP0397.AVI.html

פיקטשערס » 16/10/2006 20:26

נאך בילדער וואס מ'האט מיר ארייגעשיקט אין אישית
[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 16/10/2006 20:29

דער רבי שליט"א זאגט תורה (משנה מדרכי אבות)

[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 16/10/2006 20:33

רעכט זייט פארענצעס

איידער דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען
[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 16/10/2006 20:34

לינקע זייט פארענצעס

איידער דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען

[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 16/10/2006 20:38

דער רבי שליט"א זאגט תורה אין די סוכה
נאך חצות לילה
[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 16/10/2006 21:05

אושפיזא דמשה

דער רבי אגט תורה אינעוויינג, און אויף די גאס איז פול מיט מענטשן וועלכע האבן קיין פלאץ נישט געהאט

[בילד – נישט אפגעהיט]