וויליאמסבורג נעמט איבער בארא פארק!
א גוטן מועד אייך.
איך בין אויך געווען SUKKAH HOPPING אין וויליאמסבורג, איך בין זייער IMPRESSED געווען פון ר' אהרן'ס טיש, איך האב קיינמאל נישט געזען אזאנס, אזויפיל חסידים און אזא ריזן סוכה, זייער שיין און יו"ט'דיק.
ביי ר' זלמן לייב איז אויך געווען א ריזן ציבור, זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען, אבער ווייט נישט ווי ביי ר' אהרן'ען. אויסער דעם וואס די טיפ חסידים זענען אנדערש, ביי ר' אהרן איז מער "קאכעדיק" און ביי ר' זלמו לייב איז מער "סאליד", עס האט זיך זייער אנגעזעהן.
איך האב נעכטן געשמועסט אזוי מיט מיינע ידידים איבער די סאטמארע פאליטיק און ווי עס האלט יעצט, איך האב געזאגט א דערהער אז ר' אהרן'ס חסידים זענען אזוי ווי די בני יואל בימים ההם וואס האבן זיך געהאלטן פאר די ריכטיגע חסידים פון רבינו יואל, די זעלבע ר' אהרן'ס חסידים האבן זיך אפגעטיילט ווייל זיי האלטן זיך פאר די ריכטיגע חסידים פון רבינו משה, די חילוק איז נאר אז בני יואל האט זיך אפגעטיילט מיט א מיעוט און זייער אינטערדריקט, ווידער ר"א טיילט זיך אפ ביד רמה און מיט א שיינע חלק, מעגליך רוב, אויך ר' אהרן'ס חסידים טיילן זיך אפ מיט א רבי בני יואל איז אנטלאפן פון א רבי, אויסערדעם וואס ר' אהרן'ס חסידים פירן די 2 אנדערע גרויסע סאטמארע צענטערן, קרית יואל און בארא פארק.
קען זיין איך בין נאיוו אבער עס קוקט מיר אויס אז די מחלוקה שטילט זיך אפ, עס איז מיר געפאלן וואס ר' אהרן האט נעכטן געזאגט אז מ'האט שוין א חדר, סקול, ביהמ"ד, שוין צייט זיך אפצולאזן פון די "שטותים והבלים". איך האף אז ביידע צדדים האבן דעם עטיטוד.
א גוטן מועד