היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מעכטיגע כשרות אסיפה אין סאטמאר-וומ"ס דעם חוה"מ סוכות

מעכטיגע כשרות אסיפה אין סאטמאר-וומ"ס דעם חוה"מ סוכות

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2054169

מבני_בניו » 6/10/2006 03:51

די התאחדות אברכים דסאטמאר פון וויליאמסבורג האט פאררופן א ריזיגע אסיפה וועגן כשרות, נאך די נבילה סקאנדאל פון מאנסי, סגייען דארט אויפטרעטן גדולי הרבנים, הגאון האדיר שר התורה ר' משה גרין שליט"א, דער וויליאמסבורגער רב שליט"א, הגאון ר' יושע כ"ץ, די וועלטס מומחה אין כשרות היינט, און הגה"צ דומ"ץ קרית יואל. אפילו די יו"ר גייט זיין א קנאקעדיגער רעדנער, ר' בנציון לאוב, א מייסטער דרשן. סקוקט אויס אז סוועט זיין בע"ה א מוראדיג שטארקער סוקסעס. איש בל יעדר!

אפשר_דאך » 6/10/2006 15:07

אינטערסאנט, דער הרב כ"ץ גייט רעדן אין כאטש 5 פלעצער אין ניו יארק דעם חוה"מ! גייט ער איבעראל זאגן די זעלבע זאך?

ביז_אהער » 6/10/2006 19:50

גייט זיין צוגעשטעל באסעס פון קרית יואל אהין? און צוריק צו די גרויסע אושפיזא דאהרן?

משמשבקודש » 10/10/2006 17:33

 

תוקן על ידי - משמשבקודש - 10/10/2006 17:33:51

מבני_בניו » 11/10/2006 04:09

סאיז געווען א אויסטערלישע סוקסעס, סאך מער ווי פארגעשטעלט בליעה"ר, די קהלה גייט ב"ה מן החיל אל חיל. די גאנצע ביהמ"ד איז געווען געשטאפט, סאיז געווען א ריזיגע געדרייעכץ אריין און ארויס, נאך אלעם האט עס געדויערט 4 שעה! אויך איז געווען א ריזיגע פרעמדע ציבור. די בעסטע האט גערעדט הרב כ"ץ, א מוראדיג דראמאטישע דרשה מיט פאקטן און דוגמאות, ער האט פארלאנגט אז מדארף מאכן זייער וויכטיגע תקנות וואס ער האט אויסגערעכנט. דער רב שליט"א האט געמאלדן די נייע תקנה פון רבין, אז ממאכט א ועד הכשרות פון די קהילה ר' בנציון לאוב ר' אברהם חיים מוטצען און נאך און מקען נישט אריינברענגען אין אלע בתי מדרשים און מוסדות נאר א קעטערער און פראדאקטן וואס האבן זייער השגחה! בקיצור, אלע דרשות זענען געווען א שטארקע סוקסעס.

פיקטשערס » 17/10/2006 17:30

בילדער פון די אסיפה ב' דחוה"מ סוכות אין
ביהמ"ד דקהל יטב לב דסאטמאר


[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 17/10/2006 17:32

דער גאון דומ"ץ קרית יואל רעדט
[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 17/10/2006 17:37

הגאון דער דיין שליט"א רעדט

דער דיין שליט"א האט גערעדט בערך א דריי פערטל שעה
דער ציבור האט געשלוגען זיינע ווערטער מיט גרויס דורשט
[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 17/10/2006 17:52

דערנאך האט גערעדט דער רב שליט"א
דער רב האט איינגעשטעלט א וועד פאר תקנות הכשרות אין די נייע מוסדות
[בילד – נישט אפגעהיט]

פיקטשערס » 17/10/2006 17:53

דערנאך האט גערעדט הגאון מאגרוב'ער רב שליט"א
דערנאך האט גערעדט דער גאון ר' משה גרין שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]