היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברוך הבא: ערשטער מנהל משנה, "שושנת יעקב"

ברוך הבא: ערשטער מנהל משנה, "שושנת יעקב"

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2053582

פשטידא » 5/10/2006 16:58

רוב עולם אויף די היימישע פארומ'ס ווייסט נישט אזוי גוט צו זאגן פון "שושנת יעקב", אבער אין היידפארק איז דער נאמען "שושנת יעקב" גאר פאפולער. ער איז אפילו געווארן אויסגעקליבן אלס "מאן פון יאר" אינעם פארום "בחדרי חרדים"! יעצט האט ער מסכים געווען צו נעמען אנטייל אין אנהאלטן און אויפבויען דעם פארום, פארשטייט זיך אז אלעס וועט זיין מיט די זעלבע צילן און פאליסיס וואס זענען אראפגעשטעלט געווארן דורך בא ללמד [איך האף אז ער איז אויך מסכים צו די נייע מינוי...]. ברוך בואך לשלום!

קושקע » 5/10/2006 17:28

שלום עליכם, שושנת, איך האף אז דו קענסט אידיש, ווייל אונז קאן מיר נישט קיין איווריט, און דער פורום איז געווידמעט פאר די ידיש ספיקינג קומיוניטי...(איז עס?)

שושנת_יעקב » 6/10/2006 02:30

איר קאנט ניט קיין איווריט? איך בין אינגאנצען ערשיטערט... ווי אזוי גיבט איר אייך אן עצה מיט העברעאישע קאמפיוטער פראגראמען?

אלענפאלס, איך וועל מיך "משתדל" (?) זיין שרייבן בלויז אידיש, און איך בעט אלע "אידיש ספיקינג קאמיוניטי מעמבערס" (וואס איז דאס? טערקיש?) מיר אויפמערקזאם מאכן טאמער וועל איך חלילה נכשל ווערן מיט א ווארט צוויי פון דעם ציוניסטישן שפראך "השם ירחם" (?), זייט מיך "דן לכף זכות" (?) אז עס איז "כשגגה שיצא מפי השליט" (?) און אזוי ווי אלס "מנהל משנה" (?) האב איך דאך גרעניצלאזע צייט אפשניט פון פארעכטן גרייזן וועלן מיר דאס "מתקן" (?) זיין ווי אמשנעלסטן.

דערווייל, האט מיר אלע א פרייליך יום טוב, און א לעכטיגן תמיד.

אייער פריינד

שושנת יעקב

majyar718 » 6/10/2006 03:21


צָהְלָה וְשָׂמֵחָה!