כ'האב זיך געמוטשעט עטליכע וואכן צו מאכן אודיאו פיילס, ווי א נאַר האב איך געהערט דעם preview אויף Windows Media Player, אלעס האט אויסגעקוקט פיין און וואויל, ווי נאָר איך האב געמאכט פון זיי MP3 און געהערט אויף א נארמאלן CD פלעיער איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ, די סטיריא צוהאקט און צוזעצט! עס גייט פון רעכטס צו לינקס, פון לינקס צו רעכטס, מען קען אראפגיין פון זינען! די גאנצע ארבעט איינפאך לטמיון!
חוץ פון דעם וואס וואכן זענען מיר אויסגעריסן געווארן פונעם קאלענדער, וואס טוט מען מיט די פיילס? היש להם תקוה? קען מען דאס פארריכטן? און פארוואס א שווארץ יאר איז דער צודרייטער מייקראסאפט סאפטוועיר אזוי נישט נארמאל אז אלעס הערט זיך גלאט-כשר, ווען למעשה זענען דא ערנסטע פראבלעמען דערינען?
אין אלגעמיין האב איך שוין פונלאנג באמערקט אז דער פלעיער איז גארנישט ווערט, פארשידענע מוזיק סידיס האבן געשפילט זייער מאדנע און מיט א שטארקן ווידער קול, ווי נאר דער זעלבער סידי איז אריין אין א לעגיטימען סידי פלעיער - הערט זיך אלעס אין בעסטן ארדנונג,
ו ו א ס ג י י ט ד א פ א ה ר ?
איינער קען דא העלפן??
NO MORE WINDOWS MEDIA PLAYER
איך מעק עס אויס פון מיין קאפיוטער זאל עס מיטן פאבריצירער ביל גיין צו אלדע בייזע רוחות
כ'האב פארגעסן צו וואונטשן אלע מיינע פריינד א גוט געבענטשט יאהר און א פרייליכן יום טוב. תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 05/10/2006 14:54:06