היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » חתונה הגדולה ב'סאטמאר-ב' חשון תשס"ז

חתונה הגדולה ב'סאטמאר-ב' חשון תשס"ז

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2052913

in_time » 4/10/2006 19:30

אזוי ווי עס דערנעטערט זיך שוין די טאג פון די גרויסע חתונה אונעם סאטמאר'ען הויף, ווען עס וועט גיין אינטער די חופה די אינגסטע טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א, עפענען מיר דעם אשכול ווי מ'וועט אי"ה דא אויסטוישען אלע אינפארמאציע איבער די געהויבענע חתונה אין די גאנצע ימי השמחה,

דער עולם ווערט געבעטן אריינצולייגען אלע אינפארמאציע, מודעות, און נייעס'ער, אין דעם אשכול,
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
שושי ושמחו בשמחת רבינו.

פאטאקי08 » 4/10/2006 20:29

נישט קיין פאליטיק פארשטייט זיך און קורץ און שארף תוקן על ידי - כל_העולם - 04/10/2006 20:46:01

פאטאקי08 » 4/10/2006 20:31

געדענקט

איין בילד רעדט מער ווי 1000 ווערטער

תימענער » 4/10/2006 22:10

לכבוד די געהויבענע שמחה בחצרות קדשינו איז ארויסגעקומען די שיינע פראכטפולע קונטרס:
"שמחת בית סאטמאר"
חלק ב'.

די קונטרס וועט אי"ה זיין צו באקומען פרייטאג ערש"ק וחג הסוכות הבעל"ט
אין די געשעפטן און ביי די מקוה אידן אין אלע סאטמאר'ע בתי מדרשים אויף די וועלט.

די דעקל פונעם הערליכן פולקאלערדיגע "שמחת בית סאטמאר" חלק ב'.

[בילד – נישט אפגעהיט]

in_time » 5/10/2006 16:24

עס איז שוין דא צו באקומען ספעציעלע קליינע שפאקטיווען (קוקערס בלע"ז) ביי לי עוו. פאטא.

עס איז ניי געמאכט, שטארקער ווי די אלטע,

ארויפגעפרינט די סימבאל פונעם חתונה.

פאר א ביליגע פרייז.
שישו ושמחו בשמחת רבינו.

אלעסאמת » 5/10/2006 17:24

א בילד פין די שפקטיוון


[בילד – נישט אפגעהיט]

אלעסאמת » 5/10/2006 17:29

 נאך א בילד פין די שפאקטיוון

רבותי לויפט קויפט ווילאנג עס איז נאך דא. עס איז דא צו באקומען ביי ליע עוו. פאטא
די בעסטע מתנה פאר די קינדער אויף חול המועד
פאר זייער א ביליגע פרייז. עס איז געמאכט אויף זייער א שטארקן פארמאט


[בילד – נישט אפגעהיט]

שקל_שלם » 5/10/2006 19:20

אין קרית יואל קומט שוין פאר אין גרויסן די הכנות צו די היסטארישער סאטמארער חתונה.

אויפן ביהמ"ד האט מען אויפגעהאנגען שוין די פידלעך.

מגראבט אין גרויסן ביי די לאט פון ר' גבריאל ווייס ע"ה וואס קהל האט יעצט באקומען/אפגעקויפט, און מגייט דארט נוצן א היפשע שטיק פאר די חתונה.

ווער סהאט זאל ביטע ארויפלייגן בילדער.

in_time » 6/10/2006 00:10

מארגען צופרי - ערב יו"ט סכות - וועט אי"ה זיין צו באקימען אין די געשעפטען
די נייע הערליכע טעיפ און סידי  "ותמלוך עלינו" 
מיט נייע פארפאסטע נגינים לכבוד די געהויבענע חתונה,

די קאמפאזעטירער זענען:
הרה"ח יושע מענדלאוויטש, משב"ק כ"ק רבינו שליט"א,
מו"ה יונתן שווארץ,

געזינגען דורך:
המזמרים, (אנגעפירט פון מו"ה יחיאל פאזען)

מוזיק דורך:
רובי בנט (ראובן באנעט)
שישי ושמחו בשמחת רבינו

שקל_שלם » 6/10/2006 17:56

די נאכט האט מען ארויפגעלייגט א הערליכע שטיקל ארבעט, סיינס מיט בלינקענדיגע לעקטערס מיט פסוקים. סאיז געווען עכט פאני צו זען הונדערטער מענטשן שטיין קעגן איבער און באטראכטן די בלינקער לייטס.

in_time » 16/10/2006 18:50

 



תוקן על ידי - in_time - 16/10/2006 18:50:48

פאטאקי08 » 17/10/2006 01:48

די ערשטע וואנט פונעם חתונה זאל איז שוין ארויף געצויגען געווארן

ווער עס האלט ביים קומען צו די חתונה און וויל נישט זיך נישט שטיפן ווערן זאל בעסער נישט קומען ווייל קיין ברייט פלאץ פאר יעדן וועט נישט זיין...
לויט וויפיל מענטשען עס זענען געווען ביי די פאריגע חתונות

און לויט וויפיל מענטשען עס זענען געווען ביי די באגלייטן נעכטען איז 40,000 סקווער פיס זייער קליין


אינטערסאנט » 17/10/2006 20:09

די גרויסע זאל אינמיטן בויען
[בילד – נישט אפגעהיט]

kj_village » 17/10/2006 20:41

אסאך  מענטשן רעדן זיך אפ אויף די טעיפ.

פארוואס דארף  מען נעמען א טעיפ פון ר' יונתן שווארץ

נישט אז עפעס פעלט פאר יונתן שווארץ אדער המזמרים...
אבער וואס האט עס מיט א סאטמארער חתונה?

תיקו

moshe06 » 17/10/2006 21:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

אין וואס האט א "טעיפ" בכלל מיט די סאטמערע חתונה??

ווער זאגט אז צי א חתונה מיז מיט קימען א טעיפ??



תוקן על ידי - moshe06 - 17/10/2006 21:44:58

שורשנגח » 17/10/2006 21:48

ביטע לייגן דעם בילד אויף מסורת

אינטערסאנט » 17/10/2006 23:09

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

monroe06 » 17/10/2006 23:24

מ'בויעט די ריזיגע בילדינג פאר די חתונה
[בילד – נישט אפגעהיט]

monroe06 » 17/10/2006 23:25

#2
[בילד – נישט אפגעהיט]

monroe06 » 17/10/2006 23:27

די ביהמ"ד ווערט באצירט לכבוד די חתונה
[בילד – נישט אפגעהיט]

in_time » 17/10/2006 23:54

שכויח, מאנרא06.

חיים_נחום » 18/10/2006 03:01

אפשר קען מיר איינער זאגן ווי הויך די דאך איז? עס איז געשטאנען אין בלאט אז עס גייט זיין ספעציעל הויך פאר די פארענטשעס, אבער עס זעט מיר נישט אויס אזוי פין די בילד. כ'הייב שוין אן מורא צו האבן אז די קרית יואל'ע קהלה זאל נישט פארפאטשקענען די חתונה פון רבינ'ס אינגסטע קינד.

פאטאקי08 » 18/10/2006 20:41

ס'הייבט זיך אן מיט א הויכקייט פון בערך 11 פיס
ביז 8 פיס אריין איז שוין דא פלאץ פאר 12 שטאקיגע פארענטשעס (איך ווייס נישט וויפיל שטאק מען פלאנט צו לייגן און ווי הויך יעדע שטאק) איך שאץ לויט ווי שבועות איז געווען

מען קען נישט לייגן די פארענטש ביי די וואנט מען דארף האבן עפעס פלאץ צו דורך גיין און צו טראגן זאכען וכדומהדי ברייט איז קרוב צו 120 פיס וואס נאכן אראפ רעכענען די ביידע זייטן פארענטשעס בלייבט איבער 80 85 פיס און דאס איז נאר די ברייט 


קוקענדיג די לענג עצה'איך דעם עולם צו קויפ ביינאקילערס

זשוליאני08 » 18/10/2006 21:03

אפשר וואלט איינער געקענט אויסרעכענען פונקטליך (אן קיין גוזמאות)

ווי גרויס דאס איז גענוי, די ברייט און די לענג
וויפיל סקווער פיס טאטאל
וויפיל USEABLE סקווער פיס (פארענטשעס וכדומה).


אינעם טענט וואס איז גגעווען דאס יאר אין וויליאמסבורג שבת ראשונה (נאך כ"ז סיון)
איז די טענט געווען בערך 16 טויזענט סקווער פיס
אבער נוצן האט מען קארגע 13.5 טויזענט

א דאנק.

שקל_שלם » 19/10/2006 03:47

די פלאץ גייט זיין זייער גרויס, אבער סקוקט נישט אויס יעצט אזוי גרויס וועגן די דאך הייבט זיך אן זייער נידעריג.
סגייט זיין ארום 40 טויזנט סק. פיס. נאכן אראפנעמען די ברענטשעס פון אלע 3 זייטן (אויף דרום צפון גייט זיין 10 שטאק, אין די בעק גייט זיין 12 אדער 14) מיט די אויבנאן, גייט נאך בלייבן כמעט 20,000 סק. פיס אינמיטן פונעם זאל פארן עסן און ביים טאנצן.

די נידעריגע דאך איז נישט אזא פראבלעם ווי די פרוכט בוים, סמאכט אז מזאל מוזן אריינרוקן נאך אפאר פיס די ברענטשעס אויף דרום זייט.

אינטערסאנט » 19/10/2006 21:47

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

אינטערסאנט » 19/10/2006 21:49

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

אינטערסאנט » 19/10/2006 21:51

3
[בילד – נישט אפגעהיט]

פאטאקי08 » 19/10/2006 21:53

וואו קען מען באקומען קוקערס (ביינאקילערס) אין קרית יואל?

אינטערסאנט » 19/10/2006 21:53

4
[בילד – נישט אפגעהיט]

משמשבקודש » 19/10/2006 22:57

דער מקוה איד אין ווילאמסבורג האט שוין כמעט נישט קיין קוקער'ס!!!