היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שרעקליך, מיסיאנערישע מאטעריאל אנגעקומען אויף פאסט

שרעקליך, מיסיאנערישע מאטעריאל אנגעקומען אויף פאסט

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2052310

ביז_אהער » 4/10/2006 00:45

די ימ"ש'ניקעס לאזן נישט נאך. היינט איז אנגעקומען א פאסט קארד, וואו ס'שטייט אויבנאויף נאר אפאר נארישע פסוקים וועגן משיח, אויף ענגליש און אידיש, אבער זיי האבן איבערגעלאזט פינגערפרינט'ס אז ס'קומט פון מיסיאנערן, איך ווייס נישט אויב דירעקט, אבער כ'וויל נישט שרייבן וואס ווייל זיי קומען זיכער דא אויכעט. די עיקר ציל איז לכאורה זייער וועבסייט'ס, דארט איז די נסיון זייער גרויס, ווייל איינמאל מ'נעמט אריין די נאמען אין קאפ בלייבט עס שוין פאר זייער א לאנגע צייט און מ'האט כסדר א נסיון פון נישט אריינגיין כאפן א בליק. קוקטס נישט דערויף! קוקטס נישט די אדרעסן! ווארפטס עס גראד אין גארביזש! א ריכטיגע מ"ע דאורייתא וואס קומט זעלטן אויס צו טון!