היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ובזאת יבוא אהרן אל הקודש - יו"כ אין ק"י

ובזאת יבוא אהרן אל הקודש - יו"כ אין ק"י

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2051470

מה_טובו » 3/10/2006 04:33

א גאר געהויבענעם יו"ט איז אריבער פאר אנשי שלומינו במחיצות כ"ק אדמו"ר שליט"א

מ'בעט דעם עולם זיך צו האלטען דא אויף דעם אשכול נאר צו דערהויבענקייט פונעם יו"ט, נישט פארפארען מיט אנדערע זאכען וד"ל

monroe06 » 3/10/2006 04:46

ווי און ווען פירט די רבי טיש?

majyar718 » 3/10/2006 05:40

די רבי שליט"א פירט יעצט מוצאי יוה"ק טיש אין היכל הכולל אהל יושע

תוקן על ידי - MAJYAR718 - 03/10/2006 5:47:51

ווארהייט » 3/10/2006 06:30

אלס איינער פון די קנאפע 40 געסט (פון וויליאמסבורג, און 200 פון איבער די וועלט) מוז איך אויסדריקן מיין התפעלות פון מיין ערשטע יוכ"פ אין קרית יואל. פארפאלן, א יו"ט אין א היימישע שטאט איז נישט נאכצומאכן.

דער גרעסטער חידוש איז מיר געווען דאס גיין צופרי דאווענען, ווען די איינציגסטע קארס זענען געווען די קארס אויפן סעווענטין, און איך האב, לכאורה די ערשטע מאל, אויפגעפאסט אז די פייגל טשוויטשקען יעדן צופרי... איינער וואס וואוינט דארט באגרייפט נישט די מתנה וואס ער האט פון אזא מוראדיגע רואיגקייט יעדן שבויו"ט.

די צווייטע גרעסטע חידוש איז געווען צו זען די ריזיגע ציבור פון קרית יואל אליינס, נאכדעם וואס די וויליאמסבורגער יודן האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די נייע שול... און אויך נישט געקענט צאלן פריש פאר א זיץ נאכן זיך אויסטון די הויזן פארן גרויסן ביהמ"ד. אמת, ס'איז טאקע נישט געווען צוגעלייגט צופיל זיצן אין פאליש, אבער מיט די צוגעלייגטע שטיקל ביי די זייט איז געווען ארום 2200 זיצן, און נאך אפאר הונדערט שטייערס אין די דורכגענג. האסט נישט געקענט טרעפן קיין זיץ פאר א רפואה, אויסער די וואס האבן זיך מיטגעברענגט קעסטלעך צו זיצן אין די דורכגאנג (און עטץ זאגטס נאך אז גאלדען פלאו איז גארנישט מנדב פאר סאטמאר.

ס'איז מיר אויך געווען אינטערסאנט צו הערן די ערשטע מאל אין לעבן ר' עזריאל'ס יום חיפער'דיגע מנחה... איך מיין איך גיי אים ערלעדיגן א פול טיים זשאב ביי אונז אין ביהמ"ד פאר אלע תפילות, דאס אז מ'הערט אים נישט איז נאר א מעלה, אזוי מיינט מען כאטש אז ער זאגט עפעס...

מפטיר יונה האט געקאסט 9,000$, דערווייל נאך א חידוש אין סאטמאר...

די התעוררות און ברען ביים דאווענען קען איך נישט אנרופן "חידוש", ווייל דאס איז די ארגינעלע סאטמארע ברען, אבער איך מוז מודה זיין אז וויליאמסבורג האט זיך נאך אסאך צו לערנען פון קרית יואל. בפרט ביי נעילה בין איך געשטאנען אויפן גאלערי ביי דרום, די פיקטשער פון די טויזנטער טליתים וואס שאקלען זיך, די מעכטיגער דונערדיגער קול ביי ה' הוא האלקים און ביים פזמון פון ה' ה' וועל איך אין מיין לעבן נישט פארגעסן!

שקל_שלם » 3/10/2006 16:14

סאיז טאקע געווען מוראדיג א שיינע יו"ט, בפרט פאר די קרית יואלער אידן וואס האבן שוין געבענקט צום רבין.

מהאט צום וויפילטן מאל געזען אז אפילו דער רבי איז נישט די שענסטע בעל תפילה, אבער זיין דאווענען קען קיינער נישט נאכמאכן, די הארץ, די קאכעניש, דאס אונטערצינדן די גאנצע ביהמ"ד אז אפילו קליינע קינדער "שפירן" די ווארעמקייט וואס הערשט אין ביהמ"ד, דאס איז עקסלוסיוו פארן רבין און זיין פייערדיגן דאווענען!

אפילו א פשוטער כתר ביי מוסף ווערט א ים פון טרערן און א פייער פון התלהבות ווען דער רבי דאוונט פארן עמוד!