"קרית יואל איז נישט מאנסי!"
ער האט פארלוירן אין קארט, וואס פארבאט איהם פון זיין סאטמאר רבי, דעריבער האט ער נעבעך געמוזט זאגן א דרשה.
ווידער ר' זלמן לייב האט געוואונען אין קארט, ממילא האט ער די לאקזשערי פון נישט זאגן א דרשה.
אילו זכינו, ווען ר' אהרן נעמט ווען א בעסערע לויער וואלט ער נישט געדארפט זאגן קיין דרשה...
באשערט איז באשערט...
א גמר חתימה טובה, ברודער!!!
איך מיין אז די טרערן פון ר' אהרן -אז קר"י זאל נישט זיין ווי מאנסי- זענען געווען אמתע טרערן. די שאלה איז נאר וויפיל עס וועט העלפען.
האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה
אויך אין סיגעט האט מען אלעמאל געהאלטן דרשות. ס'איז נאר א נייער מנהג פון דעם היינטיגן "דער סיגעטער" נישט צו האלטן קיין דרשות.
די סיבה דערצו איז אז ער איז א גרויסער מן הארץ און קען נישט לערנען קיין אות אחת, און אלעמאל ווען ער האלט א דרשה גיט ער שטאף פאר די סאטמארע חסידים אפצולאכן פון אים, דעריבער האט ער איינגעצוימט זיינע דרשות צו א מינימום, און ער דרייט זיך ארויס פון רעדן ביי יעדן געלעגנהייט.
דער בעל "ויואל משה" האט קיינמאל נישט געזאגט קיין שבת תשובה דרשה אין אמעריקא
און יא! דער בעל "דברי יואל" האט אויך קיינמאל נישט געזאגט קיין שבת תשובה דרשה אין אמעריקא
אין די "שטאט" סאטמאר האט ער יא געזאגט א דרשה אין די "שטאטס שול" (נישט אין די סאטמארע שול) אלס שטאטס רב.
פאקט !
דער בעל ברך משה האט קיינמאל נישט געזאגט קיין שבת תשובה דרשה אלס סאטמארע רבי.
דער רבי שליט"א איז שטאט רב אין קרית יואל (איך ווייס אז די וואלסט געוואלט אז נישט. אבער פאקט איז פאקט)
פאקט!
און אז מען קען נישט זאגט מען נישט.
תוקן על ידי - גאסט - 03/10/2006 6:21:37
ר' אהרן האט געהאלטען זיין דרשה אין וויליאמסבורג ווי ער איז לכל הדעות נישט די שטאטס רב
סאטמארער רבי, וואס איז נאך אלס שטאט רב אין קרית יואל על אפו ועל חמתו פון משה לייב דייטש, האט געהאלטן א דרשה אין זיין שטאט, וואו ער האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון א כח הרבנות.
און אגב, זאג פארן סיגוטער אז אויב וויל ער ווערן סאטמארער רבי זאל ער זיך זעצן לערנען. פאר נישט זאגן קיין דרשות קען ברוך מרדכי לעבאוויטש אויך זיין סאטמארער רבי, ער האט א שענערע בארד (און גלייב מיר, ער האט שוין געזאגט מער דרשות אלס 'סאטמארער רבי' ווי דעם סיגוטער...)
איך האב מורא אז די ביסט נאך שיכור פון די פייגלעך וואס די האסט געזעהן היינט ביים זעווענטין
מען רעדט דא אויב סאטמאר רבי האט אמאל געהאלטען א שבת תשובה דרשה (מען רעדט נישט פון וויזשניץ)
און נאכדעם איז געווארן א מדובר אויב ער איז שטאטס רב אין וויליאמסבורג
דאס אז ער איז שטאטס רב אין קר"י דאס ווייס איך, איך האב שוין כמה פעמים געהערט מפה קדשו "דא בין איך דער מרא דאתרא" בניגון הידיאה
אזוי ווי דער סיגעטער עם הארץ וואס קען נישט קיין אות לערנען פרובירט זיך ארויסצודרייען פון זאגן תורה ביי יעדע געלעגנהייט וואס נאר שייך, בעט מען דעריבער פון סאטמארער היסטאריקער צו העלפן צוזאמשטעלן א פונקטליכע ליסטע פון אלעמאל ווען די סאטמארע רביס זכותם יגן עלינו האבן "נישט" געזאגט קיין תורה, אזוי אז דער סיגעטער זאל זיך קענען האלטן צו די מנהגים פון אונזערע הייליגע רביס, און ח"ו נישט משנה זיין קיין זיז.
אל תמנע טוב מבעליו.
געדענקט מנהג ישראל תורה היא.
נ.ב. תשואת חן לידידינו משה בן פראדל פאר'ן איבערגעבן אז דער בעל ברך משה זי"ע פלעגט נישט ליינען אין די תורה ימים נוראים אין די נישט געזונטע יארן. אזוי האט אונזער עם הארץ שוין אויך א תירוץ זיך ארויסצודרייען פון ליינען אין די תורה ימים נוראים.
מנהג ארויף מנהג אראפ
ווער קען זאגן דרשות און ווער נישט?
ווער זאגט צענדליגער טויזענטער דרשות חידושים פלפולים א יאר און ווער נישט?
ר' זאלי וועט אלעמאל זיכן א תירץ פארוואס מען טאר נישט לערנען
צו גיין צו חתונות וועט ער נישט זיכן קיין תירץ פארוואס נישט ועוד ועוד...
ראו מה בין בני לבין חמי...
ביי דע וועי ווער האט (איבערגענומען?) ר' זאלי?
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 03/10/2006 20:10:50
מער וועט ר' זאלי קיינמאל ח"ו נישט זאגן קיין אידיש ווארט פורים
הלמאי וויאזוי טרעטסטו אויף א מנהג?!!!!! דער רבי זי"ע (נישט דער פעטער ווייל ער האט אים נישט געקענט אלץ פעטער) האט נישט געזאגט טאר מען אויך נישט זאגן און דא קומט ר' אהרן און זאגט יא שומו שמים!!!!