היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אומגלויבלעך זאליס סוכה נאר 3132 סקווער פיס

אומגלויבלעך זאליס סוכה נאר 3132 סקווער פיס

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2047808

sichel » 27/9/2006 19:16




*:namespace prefix = o /> 



עס איז ממש נישט צום גלייבען, מען בויט שוין א חודש צייט, אפציעל א נייע גרויסע סוכה, מען ספענט קרוב צי 200.000 $, און הערט און שטוינט עס גייט זיין קלענער פון די פאריעריגע סוכה וואס די רבי די ברך משה פלעגט ניצען. יעדער איז מכבוד דאס אליינס צי גיין ציילען.



די סוכה גייט זיין אביסל קלענער פון אינזער סטעידז אויף צפון זייט פון די נייע ביהמ"ד הגדול (וואס איז 3350 סקווער פיס).



אבער לאכט'ס נישט.



 עס איז אבער דא א סיבה פארוואס מען האט געבויט א נייע סוכה,



כדי די פיקטשערס פאר די מידיא זאל אויס זעהן גיט. האט מען געבויט א סוכה הויך 22 פיס, מער ווי דאפעלט הויך פון די אלטע סוכה. אזוי וועלען די מענטשען אויף די פיקטשערס אויס זעהן פיצי, און מעו וועט קענען שיקען צו אלע איזרעלי צייטונגען פעסטע פיקטשערס.



איינער האט שוין אמאל געזעהן א סוכה הויך צוויי און א האלב שטאק? איך נישט.(אוי איך האב פארגעסען די רבי לאזט נישט כאפען קיין פיקטשערס)



 



תוקן על ידי - sichel - 27/09/2006 19:21:33

יוסף90 » 27/9/2006 19:23


איך פארשטיי, דיר ברענט די קענען שיקען צו אלע איזרעלי צייטונגען פעסטע פיקטשערס.

ישר כח פארן זאגן ואס עס דרוקט דיר אויפן הארץ

קושקע » 27/9/2006 19:41

און דער איד ערב ראש השנה שטייט אז זיי האבן פארגרעסערט זייער סוכה צו 7000 סקווער פיס.

איך בין היינט דוירך געגאנגן די סוכה און ס'איז נישט מער ווי 3520 ס'קווער פיס
 
דא האט איז דעם חשבון ווי יעדער קען אליין גיין זיך איבערצייגן.

אויף די לענג פון די סוכה איז דא 10 גאנצע פלייוואד'ס. א פלייוואד איז 8 פיס, איז די לענג פון די סוכה 80 פיס.

די ברייט איז דא 5 א האלב פלייוואד'ס, איז די ברייט 44 פיס.

80 * 44 = 3520 סקווער פיס

דאס הייסט ווען דער איד שרייבט די נאמבער 7000 - וואס זיי ניצן אסאך מאל - מיינט עס אינגאנצן 3520

abi_gezint » 27/9/2006 19:46

און כל שכן ווער ער שרייבט "קנאפע" 7000

העבר_אין » 27/9/2006 19:51

ווייסט איינער וואס האט באטראפן פעשי/יוסף90 אז מען האט אים נישט געהערט פאר עטליכע טעג, און היינט פרובירט ער עס משלים צו זיין און יוסעלע ווען מען שרייבט אז ר' זאלי מאכט עס פאר די בילדער איז די נקודה אז ר' זאלי מאכט אלעס פאר בילדער נישט אז מיר אויף היידפארק ברענגן ארויס די פאקט אז ר' זאלי מאכט אלעס פאר בילדער איז עס אזוי שווער צו פארשטיין נאר וואס דען, האט דעם יוסעלע גולם א קשיא, ער שרייט ווייל עס טוט אים וויי

יוסף90 » 27/9/2006 19:53

איך פארשטיי אז דאס וואס עס באדערט אייך

אבער איך קען אייך נישט העלפן

קושקע » 27/9/2006 19:55

יא, איך האב פארגעסן,

עס איז אויסערגעווענליך הויך, דאפעלט ווי עס איז אלס געווען.

ארגינעלער » 27/9/2006 19:56

דאס איז נישט די אישו אז ער שיקט פיקטשערס.

עס צייגט וואסערע היפאקריט דער נועם המידות איז.


1) ער לאזט נישט דרוקן קיין בילדער פון אים אין דער איד.
2) ער האלט א דרשה קעגן די כל העולם כולו און אנדערע איזראעלישע צייטונגען.
3) ער איז שרעקליך קעגן בילדער...

* און דא קומען זיינע פיקטשערלעך אן אינעם כול העולם כולו...
* דא דרוקט דער שטריק א גאנצע הכתבה אינעם ציוניסטישן משפחה ביים בירך משה אינדערהיים...
* זיינע מענטשן געבן סטעיטמענטס צום גע'אסור'טן כל העולם כולו, אז דער שוסטער גיייט גיין מיט וייסע פאפוטש יום הקדוש....

דער היפאקריט ווייסט נישט קיין גבול.
א REAL WHAKY

קושקע » 27/9/2006 19:57

עס באדערט מיך אז אין די עשי"ת זאלן אידישע קינדער נכשל ווערן אין די לאו פון "לא תשקרו", מ'שרייבט 7000, און יעדער שמויגער קען אהין גיין זעהן אז ס'איז העלפט, ס'איז א חילול השם אז אידן זענען נישט נזהר אין אפענע לאוין.

majyar718 » 27/9/2006 21:46

יא די 7000 בת יחידות.......

NYPD » 27/9/2006 23:28

ווי גרויס איז די סוכה אין קרית יואל, גייט עס זיין גרעסר ווי אלע יארן?
ווי גייט מען מאכן די סוכה אין וויליאמסבורג, און ווי גרויס וועט עס זיין?:

sichel » 27/9/2006 23:52

עס גייט זיין אין די נייע קראסנא הויף, און עס גייט זיין כמעט 8000 סקווער פיס.

פעשי » 28/9/2006 00:06

sichel

ישר כח פאר'ן פאררעכטן דיין מעסעדזש

קושקע » 28/9/2006 00:50

פעשי, יעצט ווארט מיר נאר אז "דער איד" זאל פארעכנט זייער 7000 ס.פ. מיט די 7000 בת יחידה'ס

sichel » 28/9/2006 04:11

פעשי


אפשר זאגסט די מיך פון וואס די רעדסט וועלכע מעסעדיז האב איך פארראכטען?

תוקן על ידי - sichel - 28/09/2006 4:14:20