ס'איז זייער סימפל פארוואס זיי זענען אנגעזעצט.
לויט פראדלזאן און ליפי קרויס האט שוין דער סאטמארער רבי געדארפט היינט וואוינען אין מאנסי, און שטיין ביי טיר יעדע נאכט ווארטן אויף א צענטן צו מעריב.
ס'איז בכלל נישט קיין סוד אז 90 פראצענט פון די סיגוטע אינטערסירט נישט גארנישט, נאר אז סאטמאר זאל אפגעווישט ווערן פון די מאפע, דאס איז די איינציגע סיבה פארוואס זיי זענען געלאפן צום סיגוטער, און אויב ער קען עס זיי נישט דעליווערן לאזן זיי אים איבער אליין אויפן שלאכטפעלד.
זיי האבן געהאפט כאטש אזויפיל אז ס'וועט נעמען אפאר יאר ביז סאטמאר וועט זיך קענען צאמנעמען אין וויליאמסבורג, און אינצווישן וועט ער פארפעסטיגן זיין באזע, סיי אין די קהילה און סיי אין די מוסדות, און אזוי וועט סאטמאר פארלירן די מאמענטום און בלייבן אויסגעשפילט אפילו ווען זיי וועלן שוין יא האבן א קהילה מיט מוסדות.
למעשה האט דער אייבערשטער געהאט אנדערע פלענער... און יעצט - קוים עטליכע חדשים פון די רע-ארגאניזירונג פון די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג - פארמאגט שוין סאטמאר דעם גרעסטן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, און דעם צווייט גרעסטן מוסד, מארשירנדיג צוריק צו זייער אמאליגן סטאטוס צו זיין "די שענסטע און גרעסטע קהילה אין דער וועלט"!!!