נאך אזא געלונגענע יו"ט איז איבעריג צו שרייבן יעדעס ווארט, ווער ס'האט עס מיטגעלעבט דארף מען
נישט דערציילן, און ווער ס'האט עס נישט מיטגעלעבט קען מען נישט דערציילן.
די אינטערסאנטסטע וואלט געווען צו שרייבן אלע נאמבערס וואס האט צו טון מיטן יו"ט, דאס וואלט
געגעבן א שטיקל בליק איבער די יו"ט אין סאטמאר.
1 - באשעפער, און איין סאטמאר... (פאר וועם ס'האט מיטגעהאלטן ר"ה).
2 - וואכן געדויערט צו בויען די גרעסטע סאטמארע ביהמ"ד אין דער וועלט...
3 - טישן געפירט אין סאטמאר, ביידע נעכט און של"ס.
4 - צענטראלע שולן אין ניו יארק דעם יו"ט, און אלע פול געפאקט. וויליאמסבורג, קרית יואל, בארא
פארק, און מאנסי.
5 - סעקשאנס פאר זיצן אינעם גרעסטן סאטמארן ביהמ"ד אין דער וועלט.
3,300 - מענטשן אויף איינמאל דעם ר"ה אין גרויסן סאטמארן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
3,000 - מענטשן אויף איינמאל דעם ר"ה אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל.
15 - עירקאנדישאן יוניט'ס אנגעגרייט אין סאטמארן ביהמ"ד אויף יו"ט, אלעס געארבעט מיט
זשענערעיטאר'ס.
3 - שעה געדויערט אדורכצוגיין זאגן לשנה טובה.
10 - שעה געדויערט דאס דאווענען דעם צווייטן טאג ר"ה.
1,000,000 - דאלער האט הנגיד החשוב ר' אברהם יודא מאנדל געשנאדערט פאר די סאטמארע מוסדות אין
וויליאמסבורג.
150 - אידן פון קרית יואל געווען אויף ר"ה אין וויליאמסבורג.
7 - שעה איז דער סאטמארער רבי געשלאפן דעם פארגאנגענעם ר"ה...
12,876 - סק. פיס די גרויסע סאטמארע ביהמ"ד.
2 - דרשות געזאגט געווארן דעם ר"ה אין סאטמאר.
די איבריגע לאז איך פאר ענק, מיינע פינגער [און מיין קאפ] טוען שוין וויי...
הויפט זייט » כל העולם כולו » פאקטן און נאמבערס פון ר"ה אין סאטמאר
פאקטן און נאמבערס פון ר"ה אין סאטמאר
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2046525
3 מאל איז ער געוווען אין בית הכבוד
ווער ס'האט נאך עפעס זאל ביטע שרייבן
ווער ס'האט נאך עפעס זאל ביטע שרייבן
איין מיליאן!
געש'נדר'ט ביי א מי שבירך דעם יו"ט
תוקן על ידי - MAJYAR718 - 28/09/2006 9:31:08
20 שעה איז דער אפיציעלן נומער וואס דער שור שנגח את הפרה זה אומר כולו שלי וזה אומר כולו שלי איז געשלאפן דעם יו"ט (נישט אריינגערעכנט די דרימלערייען ביי שחרית)
2 פלעשער איז דער נומער פון יין שרף וואס מען האט געשלינגן אין בית סיגעט דעם יו"ט איינס דעם ערשטן טאג און איינס דעם צווייטן טאג (נישט אריינגערעכנט די פלעשער שכר ביינאכט)