היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » געט אכט מיט די פייער דעפארטמענט!!!!!!!!!!

געט אכט מיט די פייער דעפארטמענט!!!!!!!!!!

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2043905

ווארהייט » 22/9/2006 04:33

ווען עס גייען קומען די ליכטיגע ימים טובים פון ר"ה, הושענא רבא, און שמח"ת, ווען טויזנטער אידן גייען זיך געפינען אין און ארום דעם ווינקל פון קענט ביי הופער, הארט נעבן די פייערלעשער סטאנציע, איז קריטיש וויכטיג אנצוזאגן אין שטוב, פאר די קינדער, און פאר וועמען מען קען נאר, אז מען זאל שטארק געווארנט זיין נישט זיך אפצושטעלן און מאכן קיין פארקער נעבן די סטאנציע!!!!! נישט נאר קענען זיי מאכן פראבלעמען פאר דעם אליין, איז עס באמת א ערנסטע סכנה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואו דער פייער איז, און וואס עס קען פאסירן אין יעדע סעקונדע וואס די פייערלעשער זוימען זיך.