היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וויליאמסבורגער רב ר"ה אין קרית יואל

וויליאמסבורגער רב ר"ה אין קרית יואל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2039648

ווארהייט » 17/9/2006 05:25

נאך א לענגערן שמועס פרייטיג נאכמיטאג מיט רבינו שליט"א איז געבליבן אז ער וועט ארויסקומען ר"ה דאווענען אין קרית יואל, כדי די ביהמ"ד אין קרית יואל זאל נישט צופאלן.

דער וויליאמסבורגער רב איז שוין היינט וועלט בארימט מיט זיין הערליכן ווארעמען דאווענען, און זיינע פייערדיגע דרשות וועלכע זענען בכח מעורר צו זיין יעדן וואס הערט עס.

דענקער » 18/9/2006 01:12

ווארהייט:

נישט אז איך מחולק מיט דיר, אבער איך וויל בלויז פרעגן, וואלט ער נישט געווען א בן יקר ביי דיין רבין וואלט מען אויך געוואוסט פון זיין ווארעמען דאווענען און פייערדיגע דרשות?

ווארהייט » 18/9/2006 01:56

ס'קען זיין אז ס'איז דא נאך אידן אין ביהמ"ד וואס קענען אראפלייגן פייערדיגע דרשות און א ווארעמען דאווענען, נאר זיי באקומען נישט די געלעגנהייט דערצו. אבער דאס פארמינערט נישט קיין כי הוא זה פון דעם געוואלדיגן כח פונעם וויליאמסבורגער רב. דו ביזט העפליך געלאדנט צו פרעגן יעדן איינציגן וואס האט געדאוונט פאריאר ימים נוראים אין ביהמ"ד המפואר אויף 13 הופער סטריט.