היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס האבן ציבראכן סוכה גדולה אין קר"י

זאליס האבן ציבראכן סוכה גדולה אין קר"י

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2038080

שלמה_שמש » 14/9/2006 19:09


דער עולם איז געווען נבהל ונשתומם אנקימענדיג היינט צפרי אין ביהמ"ד, וועט מען האט געזען וואס די חברה זענענן אלץ אומשטאנד אפציטיען

א ריזיגען חלק פין די שווער אויפגעשטעלטע סוכה האבן זיי די נאכט איינגעווארפן
מען דארף האבן א ריזיגען קרעין עס צוריק אויפצישטעלן צוליב די הויכקייט דערפין 

יודע דבר זאגען, אז דאס איינווארפן די סוכה איז א חלק פין רז"ל קאמף קעגן לערנען מסכת סוכה
ער וויל אויסרייסען די מין זאך פין סוכה בכלל, ער זאגט אז פינקט ווי בשעת די ציונים/אגודה האט איבערגענימען די רעיון פין דף היומי איז דף היומי בטל געווארן, אזוי אויך מיט די מגן דוד האט מען אויסגעריסן ביי אונז ווייל זיי האן עס געמאכט פאר זייער סימבאל

די זעלבע זאך וויל רז"ל יעצט טיען מיט די ענין פן סוכה, אויסרייסען אינגאנצן
צילוב די שטארקע רעגן איז שווער געווען צי נעמען פינגער פרינטס, ווער עס האט בילדער זאל עס ביטע ארויפלייגען
תוקן על ידי - שלמה_שמש - 14/09/2006 19:12:45

guar » 14/9/2006 21:07

אבער נישט פארגעסן דאס איז אלעס ווייל די זאליס פרייען זיך זייער שטארק אז זיי זענען "פטור" געווארן פון אונז, אומגלויבליך וואס א מענטש קען אלס טוהן פאר פרייד,

ביז היינט האט מען געוויסט אז פאר כעס ציברעכט א מענטש זאכן, שובר כלי בחמתו, אבער אז פאר "פרייד" ציברעכט מען אויך זאכן דאס איז שוין א חידוש פונעם נועם הארץ פינעם יאר הינדרעט,

אין ווילי שיקט מען אינספעקטארס ביי די מוסדות הק.,  ביי די ביהמ"ד הגדול, אין ק"י ציברעכט מען די סוכות, ממש די "פרייד אין שמחה" גייט שוין ארויס פון אלע גרעניצען, ווער ווייסט וואס זייער פלאן איז נעקסט, קוקט אויס אז עס איז שוין משיח'ס צייטן, ווי די גמרא פארציילט וועלן די אומות העולם ציברעכן די סוכות
…

עס איז זייער פאסיג דאס ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט אופן פסוק אין קהלת "ולשמחה מה זו עושה" , ולשמחה, אז די ווילסט וויסן צי דער מענטש איז באמת בשמחה, מה זו עושה, קוק וואס ער טוט ווען ער איז בשמחה, וועסטו קענען אפשאצן צי ער איז טאקע בשמחה צי ער זאגט נאר אזוי.

נעבעך פארביטערטע זאליקאס, פארשימעלטע פראדעלזאהן, עטץ ווייזט אונז יעדן טאג ווי באמת בשמחה עטץ זענטס, יא יא טעראר דאס איז ענקער מיטעל אלעמאל געווען אין יעצט גייטס עטץ אן ווייטער דערמיט, אבער איין זאך קען איך ענק זאגען "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ" איך פארשטיי מר. פראדעלזאהן, האסט געוואלט זיין דער מושל בקופה, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט, אונז סאטמארע חסידים וועסטו מיט דיין טעראריסטישע קליקע אין מעטאדן קיינמאל נישט קענען אינטערברענגן, די אלע שוועריקייטן וואס די מאכסט אונז אן וועט מען בעזהי"ת איבערקומען, מלכות סאטמאר וועט ווייטער וואקסן אין בליען אינטער די נשיאות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אין לאורו ניסע ונלך עד ביאת הגואל ב"ב, אין די מיט דיין נועם הארץ אין דיין גאנצע קליקע וועלן בלייבן לחרפון ולדראון עולם..

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.

מתעסקים » 14/9/2006 21:42

נאך איין מזל די זאליס זענען צופרידען פון אוועק גיין פון זייערע מוסדות
שטעלט אייך פאר ווען עס באדערט זיי יא
אז דאס טוען זיי ווען עס באדערט נישט וואלטן מיר נישט געקענט אטעמען ווען עס באדערט זיי

שלמה_שמש » 14/9/2006 21:46

באקימען אין אישי

דיין מעשה מיט די סוכה איז נישט אמת, די סוכה איז איינגעווארפן געווארן דורוך די ווינט נישט דורוך מענטשען,

קען זיין יענער איז גערעכט, איך האב נישט געזען די סוכה היינט, כ'האב נאר נאכגעשריבען וואס כ'האב געהערט אויפן באס אויפן וועג אריין אין שטאט
איינער וואס ווייסט מער אינפערמאציע, אדער בילדער, ווערט געבעטן עס מיטציטיילען מיטן ציבור

כל_העולם » 14/9/2006 22:00

די מעשה איז פראסט און פשוט ליגנט. ס'איז איינגעפאלן פונעם ווינט. דער אשכול ווערט אפגעשפארט.