זאליס מעלדן זיי "גייען" ארויסגיין פון קאורט אין ב"ב
יעצט פארשטיי איך שוין וועגן דעם האט פעשי/יוסף90 געסטאפט שרייבן וועגן דע נושא,
איך האב פאר דיר נייעס "בא-ללמד"
דער לויער פון "חברת קרית יואל בע"מ" האט שוין געמאלדן זונטאג פאר משה חיים ווייס לויער אז זיי זענען מסכים צו איינפרירן די געריכטליכע פראצעדורן ביזן נאכן בוררות.
אין דערמיט האט חברת קרית יואל מקיים געווען די בקשה פון ביד"צ העדה החרדית.
דאקעגן משה חיים ווייס האט נאכנישט צוריק געצויגן פון זיינע מסירות פון "רשם החברות", און אויך האט ער נישט צוריק געצויגן פון זיין פארלאנג צו טוישן דעם פראצעדור פון א "דעקלערעישאן" פארלאנג צו א נארמאלע קלאגע.
מבני בניו של המן הרשע
דער פראצעדור אין "מדינת ישראל" געריכט, גייט אז ווען איינער דארף ענטפערן אין געריכט, אין ער וויל מאכן א "סטעפעלעישאן" דארף ער ערצייגן פאר'ן געריכט אן הסכמה פון אלע ביידע צדדים, אין דאס וואס "חברת קרית יואל בע"מ" האט צוגעשטעלט.
די פאלגענדע קלאגע אין געריכט צו טוישן דעם פראצעדור פון א "דעקלערעישאן" פארלאנג צו א נארמאלע קלאגע, האט "עמותת מוסדות סאטמאר" אין שפיץ פון משה חיים ווייס איינגעגעבן אינעם זעלבן טאג וואס דער ביד"צ העדה החרדית האט פארעפענטליכט איר בריוו, אין ביז היינט צו טאג האבן זיי נישט צוריק געצויגן דערפון.
1)
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך וואלט עס סתם אזוי נישט געגלייבט, ס'איז צו גיט ס'זאל זיין אמת,
איך האלט זיי נישט פאר קיין מענטשן וואס זענען אימשטאנד צירוקציצוען פין זייערע מסירות,
ביזדערווייל האט נאך אזוינס ביי זיי קיינמאל נישט פאסירט,
נאר וואס דען,
נאך די געווינס פארגאנגענע וואך אין בארא פארק פארשטייען איך זיי שוין .....
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב הערטס אויף ענקער מעשים תעתועים אין געריכט אוטומאטיש האט נישט דער צווייטער צד אויף וואס צו ענטפערן וכו' אא"וו
אלעס איז תלוי בידכם
זיין גאנצע ארבייט, זיין גאנצע קונטרס, אלעס גייט לריק,
נעבעך אזויפיל האריוואניע אריינגעלייגט, און דא אזא שאס
באמת א שאד געווען די ארבייט און די געלט,
פעשי, ס'איז שוין 12:00 אזייגער, גיי לייג דיך אביסעל צו. מארגען איז אויך א טאג.
פעשי90 אזוי ווי די נוצט נישט מסורת (וועגען געוויסע סיבות.....) קענען מיר מסורת נוצער נישט זעהן דיינע דאקומענטען.
איך ווייס נישט אויב איך דערלייג עפעס דערמיט. איך האב דיר/ענק נאר געוולט מודיע זיין
יעדער ווייסט גאנץ גוט אז כל זמן משה חיים ווייס וועט נישט צוריק ציען פון זיינע מסירות וועט קיין בוררות נישט דן זיין איבער גארנישט.
אבער די אנטוויקלונג איז אז היינט איז משה חיים דער וואס וויל נישט גיין צו קיין בוררות
ווער עס ווייסט מער איינצעלהייטן זאל ביטע צעלדן.
כ"ק גאב"ד ירושלים האט געשריבן די שארפע בריוו פאריגע וואך פאר מר. מענדל וואלערשטיין ער האט אראפ גענומען די טיטל ר' פון אים, ווי ער שרייבט אים אז ער דארף ארויס גיין פון קארט תיכף ומיד.
דערווייל האלט ער נישט ביים ארויסגיין פונעם ציוניסטישן בג"ץ, חיים צבי טייטלבוים מיט משה גבאי לאזן נישט בשום אופן, די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטאן איז, אז זיין לויער האט געשריבען א בריוו אז ער גייט עס איינפרירן די מסירות, אבער דערווייל האט ער גארנישט געטאן ווייטער.
פריערע אין טאג איז געווען אן אסיפה ביי כ"ק גאב"ד ירושלים ווי מרן הגאב"ד האט געהערט ווי עס האלט, און ער איז אויפגעשוידערט געווארן מיט וואספארא ליגענטס און שקרים חיים צבי ט"ב פירט אים ארום אז זיי זענען שוין ארויס פון קארט, מרן הגאב"ד שליט"א האט אנגעריפען חיים צבי אין ער האט אים געזאגט איך האב פארלאנגט ארויסגיין פון קארט, די האסט מיר געזאגט אז מען איז נעכטן ארויס פון קארט, אבער עס איז שקר וכזב.
טאמער מארגן ברענגט מען מיר נשיט קיין צעטעל אז וואלערשטיין איז ארויס פון קארט דעמאלס וועל איך טאן למעשה אזוי ווי עס פארלאנגט זיך פאר א מסרב.
חיים צבי האט זיך פרובירט איינצוטאנען מיט אים אבער מרן הגאב"ד שליט"א האט זיך נישט געלאזט און געבליבען ביי דעם.
יעצט האפט מען אז מארגן וועט וואלערשטיין ענדליך פאלגן.
דער ביד"ץ האט געהייסן מקפיא זיין, און דאס האט מען געטאן, מ'האט געגעבן אן הסכמה פאר'ן צד השני צו מקפיא זיין, אבער דער צווייטער צד האט נישט מסכים געווען דערצו.
די אהרונים זענען זייער זייער אנגעזעצט און זיי ווילן נישט גיין צו קיין בוררות מער.
די אהרונים ובכללם שור שנגח באהאלטן דעם פאקט פונעם ציבור.