שמחת תנאים סאטמאר מאשלאוי
די וואך דאנערשטיג וועט פארקומען די שמחת התנאים פון נכד כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א הבה"ח הרב חיים צבי ט"ב בן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א פון וויליאמסבורג עב"ג ב"ק בת כ"ק אדמו"ר ממשלאוי שליט"א אין זאל פון בית יעקב אין בארא פארק
היינט נאכט גייט אי"ה פארקימען די שמחת התנאים ביי די זוהן פין סאטמאר רב שליט"א אין וויליאמסבורג,
בהשתתפות פונעם גרויסען זיידען כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א,
עס וועט זיין צוגעשטעלט באס טראנספערטאציע ביים בית מדרש הגדול דקהלתינו הק' אויף הופפער סט.
פרייז: 2 $
קול רנה וישעה באהלי צדיקים
די קאלובער זיידע האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט תנאים ליינען, די רבי האט צוריק מכבד געווען דעם קאלובער, דער קאלובער האט געליינט תנאים.
די תורה איז געווען עפעס פלאות מער ווי געווענליך.
ביים סיום האט דער רבי זעך זייער צ'וויינט אין מיט א קול בוכים געשטיקטער הייט געזאגט, אז עס איז דער ערשטער תנאים נאך די פטירה פינעם הייליגער טאטען, איך האב געהאפט אז איך וועל נאך א זכיה האבין אז ער זאל זיך משתתף זיין ביי מיינע שמחות, אבער מיר האבין נישט זוכה געווען, אבער עס שטייט דאך ישמח ישראל בעושיו וכו' יעצט איז ער זיכער דא, ס'איז נישט דא ווער עס זאל איהם שטערן פין קומען, די אלע וואס האבין געשטערט בחיים חיותו וכו'