דעם פארגאנגענעם שב"ק איז פארגעקומען די גרויסארטיגע הערליכע קידוש פאר די ניי געבוירענע jewgirl (טאכטער פון אונזערע חשובען מנהל שליט"א) וואס איז געפראוועט געווארען ברוב פאר והדר אינם געוועזענער היכל הישיבה פון ישיבת רש"י אין רחוב צפניה 17 אין ירושלים עיה"ק!
מה נאמר ומה אדבר?
איך ווייס נישט ווי אנצוהייבען...
איין זאך איז זיכער, אז איך געדענק נישט די לעצטע מאל מיטהאלטען אזא קידוש אויף אזא פארנעם אין ארץ ישראל....
Kedem וויין (144) און ספארקלינג גרעיפ זדשוס ווי אויך יעדע סארט וויין פון די פירמע ווייסע רויטע זיסע און זויערער...
טשולענט!
ווער קומט צו צי אזעלעכע לוקסעס ביי א קידוש?
ספעציעל בעטמט אנגעגרייט דורך ידידנו הדגול הר"ר חיים זאב טערקעלטויב הי"ו פון ירושלים עיה"ק,
א שטאלענט ממש מעין עולם הבא...
ספאנזדש קעיק!
נאך א זעלטענע זאך אין די קליינע ארץ ישראלדיגע קדישים...
מאטיאש הערינג!
(בסגנון אמרקאי)
איך ווייס נישט פון וועם אבער טאמער ס'איז געווען ביי דעם קידוש מיז עס קומען פון א ספעציעלע פלאץ?
ירושלמי קוגעל! (ווי נישט)
ווען איך בין געגאנגען (בערך 12:15) איז שוין געגאנגען א היבשע צוויי און אהאלב קוגלעך...
די עולם!
אלע שיכטען אלע קרייזען און אלע סייזעס/קאלירען
ליטווישע, חסידישע, ספרדישע, אשכנזישע, סאטמער, קרית יואל, וויליאמסבורג, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, דז'ירקא, תלמידי פריינד, באבוב, 45, 48, ירושלימער, און נאך סתם עמך...
אייייייייייייייי אייייייייייי אייייייייייייייי
מי שלא ראה קידוש זה לא ראה קידוש מימיו!!!
און צו דיר jewboy,
דער אייבישטער זאל דיר העלפען זאלטס זוכה זיין מגדל צו זיין דעם קינד און בקרוב נאך לתורה לחופה ולמעשים טובים וליר"ש ע"ד ישראל סבא בדרך החסידות, בבריות גופא ונהורא מעליא מתוך רב שפע והרחבת הדעת בפרנסה בניקל, אושר ועושר ירדפוך כך ימי חייך, אינאיינעם מיט די חשובע רעבעצען שתחי' עמו"ש זאלט איהר זעהן דור רביעי וחמישי אונטער די חופה אויף אייערע חשבון ברייטערהייט גליקלעכערהייט מיט פרייליכע הערצער!!!
ידידך המברך מעומק הלב,
ע.