היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זענטער רבי גייט דאווענען ר"ה שחרית אין ראדני!

זענטער רבי גייט דאווענען ר"ה שחרית אין ראדני!

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2033618

גוטזאגער » 8/9/2006 20:49

אין ראדני גייט היי-יאר הערשן א געוואלדיגע התעוררות ראש השנה. די דארטיגע מתפללים (די ביסל אידן וועלכע וועלן זיך נישט צולויפן צו אנדערע קלענערע שוהלן) וועלן האבן די זכי' צו האבן נישט איינס נאר צוויי פויערן פאר בעלי תפלה.

מוסף וועט דאווענען דער סיגעטער, און שחרית דער זענטער.

דער דיין ר' יח"מ וועט דאווענען אין זיין בית המדרש'ל. ער וויל נישט קומען קיין ראדני. ער געדענקט דאך יא זיין תלמיד דעם סיגעטער און ווייסט וויפיל מען קען זיך פארלאזן אויף זיין דאווענען אין אזא הייליגן טאג.