היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ערכאות איז ערכאות, אפילו מ'פארלירט !

ערכאות איז ערכאות, אפילו מ'פארלירט !

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2032143

בא_ללמד » 7/9/2006 04:39

ביי די לעצטיגע פרשה אין בארא פארק האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט דאס וואס עס שיילט זיך קלאר ארויס אין די לעצטע שטיק צייט - בלי ספק בכחו ובזכותו פון רביה"ק זי"ע וועלכער איז יעצט ארויף בגנזי מרומים - קלאר און דייטליך דער ריזן בלאף אויף וועלכע עס האט זיך באזירט די גאנצע זאלי אפאראט די לעצטע פינף יאר: ערכאות !!! דא אין בארא פארק איז צופאלן ווי א פאפירענע געביידע דער גאנצער בנין וואס זיי האבן אויפגעבויט אין די לעצטע יארן, כאילו סאטמאר זענען הולכים בערכאות ביי יעדע געלעגנהייט, דערצו אן א רשות בי"ד - לדבריהם. דא האט זיך קלאר ארויסגעוויזן אז די זאליס האבן ניטאמאל פרובירט צו ברענגען דעם סכסוך פאר א דין תורה, נאר זענען געלאפן אין געריכט מיט זייערע לעכערליכע טענות, אן קיין רשות פון קיינעם אין דער וועלט, און ערשט שפעטער זענען זיי אפירגעקראכן מיט עפעס א נארישן בי"ד פון מאנסי מיט א מכלומרשט'ן היתר מעקל צו זיין בערכאות, אינדערצייט וואס זיי זענען געהעריג געווארן פאלנע הולכים לערכאות !!! און שפעטער ווען עס האט זיך אנגעהויבן דער שפיל פון זייער זייט כאילו זיי גייען צו דין תורה, האט זיך טשיק טשאק ארויסגעשטעלט צום וויפילטן מאל:
די זאליס וועלן קיינמאל נישט גיין צו קיין נארמאלע דין תורה, ווייל ביי יעדע דין תורה זענען זיי זיכערע פארלירער !!!
עד כדי כך אז טארטיקוב האט ארויסגעגעבן א בריוו אז ר' אהרן וועלץ איז געהעריג גרייט צו גיין צו דין תורה, און במילא איז נישט געווען קיין שום היתר צו אנהאלטן ווייטער די תביעה בערכאות. און דאס דארף ווידער קלאר געשטעלט ווערן פאר די גאנצע וועלט:
באקומען די שמיץ, געבליבן מיט די שמוץ
זיי זענען געווען פאלנע - און זיי זענען נאך אלץ - הולכים לערכאות, און גלייכצייטיג אויך מסרבים לדין. בחסדי ה' האבן זיי אויך געהאט א וויסטן דורכפאל אין געריכט, אבער גלייכצייטיג וועלן זיי זייער גאנץ לעבן בלייבן מיט דעם אות קלון, פון פאלנע הולכים לערכאות !!!

שלמה_שמש » 7/9/2006 04:46


גערעכט, אבער
נאך זייער זייער שגץ שטיק אין בני ברק. איז שוין איבריג יעדעס ווארט

מיין פלא איז נאר. אויף זיינע געציילטע רבנים וואס שטיצען אים, 
וואס טראכטן זיי?? וואס פאר א מעסעדעש שיקען זיי דערמיט???
איז ציליב די שנאה צי רבינו שליט"א, מותר געווארן איסורים דאורתיה??

מבני_בניו » 8/9/2006 03:50

שלמה, שנאה האט שוין מתיר געווען גרעסערע איסורים ווי דעס.