היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א יוד אראפ געפירט פון עראפלאן פאר דאבינען צי ערליך...

א יוד אראפ געפירט פון עראפלאן פאר דאבינען צי ערליך...

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2031280

יוסקעלע » 6/9/2006 06:33

http://www.cbc.ca/canada/montreal/story/2006/09/05/qc-hasidicprayeronplane.html

א קידוש השם אדער א איבריגע טומל וואס מיר מאכן זיך אן ווער קען וויסן

אפשר מעג שוין ארויסקומען עמטליכע תקנות פון א גדול ווי אזוי זיך אויף צי פירן ווי מענטשן ציווישן גוים  

משוגענער » 7/9/2006 23:09

וואס איז דאס "דאבינען"?

ווילי_יונג » 7/9/2006 23:46

דאווענען

Baachi » 8/9/2006 00:38

יוסקעלע

איך מיין אז עיר קענעדע איז נישט דער ערשטער

טאמער מיין זכרון נארט מיך נישט אפ

האט מען שוין ארויס געפירט אידען אינמיטן דאווענען מיט פאליס - אדער מיט הענט פון בתי מדרשים אויך.

ומה לכם כי תלינו עליהם?

מן הסתם האט מען חושד געוועהן דעם אידן אז ער האלט פון די אנדערע עירליין .

שושנת_יעקב » 9/9/2006 01:35

איך גלויב נישט אז דער איד האט פשוט זיך צופייערט ביים דאווענען אויף אזוי ווייט אז מ'האט געמיינט אז אט אט פלאצט עס און אלע וועלן פארוואנדעלט ווערן אין א קאלוזשע בלוט...

ס'איז מער מסתבר אז דער איד האט פשוט געשטערט דעם סדר פונעם עראפלאן מיט'ן אויסרייד פון "פרומקייט" אדער ווי מען רופט דאס ביי אונז "פרומע שטיקעס" און אריין געכאפט די גרויסע מצוה פון מחלל זיין שם שמים ברבים רח"ל, און דערנאך באשולדיגט די עירליין פאר דיסקרימינאציע...

דוכט זיך מיר, אז ס'איז שוין פון לאנג געפסק'נט געווארן דורך גדולי הפוסקים ובתוכם הגאון בעל שבט הלוי הרב וואזנער שליט"א אז אויף אן עראפלאן אויב עס שטערט פאר אנדערע איז גלייכער צו דאווענען זיצענדיג אויפן פלאץ ווי איידער צו מאכן א בהלה און א טומעל פארן גאנצען עראפלאן... דורך שטערן דעם סדר און די דורכגענג, ודי למבין...

מעשה רב:

איך בין אמאל געפארן קיין בעלזא צוזאמען מיט הגה"צ רי"י ניימאן שליט"א באקאנט אלס "דער פאפא רב" [אב"ד בעלזא במונטריאל] און כאטש ס'איז געווען "מנין בריוח", האט דער רב שליט"א געדאווענט ביחידות אויף זיין פלאץ נישט וועלענדיג מאכן א בהלה און א איבערקערעניש אינמיטן פליען כדרך המשוגעים.

די תורה הקדושה איז - דרכיה דרכי נעם וכל נתיבותיה שלום!.

משוגענער » 10/9/2006 13:33

איך פארשטיי וואס די זאגסט, אבער דא רעדט מען דאך פון אן אויסנאם, מילא קען מען זאגן אדער אז דער אויסנאם איז געווען אז דער איד האט טאקע פארפירט, אדער אז עס האט זיך דארט געפינען איינער אן אנטיסעמיט וואס האט מחליט געווען אז דער איד'ל שטערט פאר די פאסאזשירען. וועלכע צו אויסקלייבן, נישט וואוסענדיג די פרטים, איז אין אונזערע הענט.