זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו
עס דאווענען מיט הונדערטער בעה"ב און אברכים,
די רבי שליט"א האט אויך געלייגט תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים.
די קאנטינענטאל זאל איז שוין אויסגעלייגט מיט אריבער 1,400 בענקלעך פאר די קינדער פין כיתה ד' און ארויף ביז כתה ט',
עס ווערט אנגעגרייט א שיינע אויבנאן פאר די חשובע מנהלים, ראשי ישבות, מלמדים, ראשי קהלה,און הנהלת המוסדות, ובראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און הגה"צ גאב"ד שליט"א.
א קאר פון תשב"ר תלמידי המוסדות וועלן אי"ה מהנה זיין די קינדער מיט נגינה,
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו
און איך זאג אויך בקול גדול: זה היום עשה ד' נגילה ונשמחה בו
ווייס איך פונקטליך ווי העפי דיין נועם המידות קאמפעני איז.
ווען איך ליין מיידלעך שטערנ'ס קללות מיט מחאות נמצרות
ווייס איך פונקטליך ווי העפי דיין נועם המידות קאמפעני איז.
און דאס איז שוין נאכן געווינען אלעס....
משל למה הדבר דומה:
ווי א נאצי נאך די קריג, ווען ער קומט צוריק אין אוישוויץ, און ער זעט עטליכע אידעלעך (אודים מוצלים מאש) טאנצען און זינגען שירה, אז זיי זענען ניצול געווארן...
און דער נאצישער רוצח וויל זיך נעמען דאס לעבן... אז נאכן אויס'מארדעווען 6 מיליאן אידן אין די קאלעכאווינעס איז נאך ווייטער דא יודעלעך וועלכע טאנצן און זינגען... אז דער פארשאלענער דייטש האט נישט געווינען
יאשקע 90...
איינער איז דער נאצישער דייטש וועלכער שעלט אין זיינע שטירמער עדיטאריעלס.
און איינער לאכט פון אים און טאנצט אין די גאס.... נאכן פארלירן 6 אלעס...
ווער איז ווער
זייער א גוטער משל מיט די נאציס.
אינטרעסאנט אז יאסל90 איז עפעס שטיל געווארן
פארוואס?
[בילד – נישט אפגעהיט]
ער איז געגאנגען כאפן א דרימל
.
תוקן על ידי - יוסף90 - 05/09/2006 21:05:24
שוין נאכן געווינען אלעס... מסר'ט ער מיר פאר די מערכת?
געוואלד? וואזשע טוט מען
יאשקע (לוזער) : אביסל רחמנות....
האט געמאכט א טעות...
ער האט געשריבן א וויינענדיגע מסירה פאר די מערכה קעגן ארגינעלער
רבותי... וואס קען מען נאך ראטעווען?
תוקן על ידי - proof369 - 05/09/2006 21:58:31
די קומענדיגע פאר בילדער זענען פון די הערליכע מעמד התחלת חדר אין די קאנטינענטאל זאל וואו עס איז געווען אריבער 800 קינדער פון כיתה ד' צו כיתה ט'.
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 05/09/2006 23:12:35[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
די קומענדיגע פאר בילדער זענען פון די הערליכע מעמד התחלת חדר אין זאל פון ראוז קעסטל וואו עס איז געווען אריבער 400קינדער פון כיתה א' ביז כיתה ג'.
די אריבער 400 קינדער פון פרי נורסערי און נורסערי קינדערגארטן זענען נישט געווען היינט, זיי הייבן ערשט אן מארגן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
נעבעך
זה היום שקיוינו לו
אויב די מוסדות וועלן באווייזן אי"ה אנצוהאלטן די הצלחה און ווייטערדיגע בליה מיט דעם זעלבן טעמפא, וועט עס בלי ספק זיין דער שענסטער סאטמארער מוסד איבער די וועלט, בכמות ובאיכות !
און יוסעלע90, איך וואלט דיר געראטן דו זאלסט רופן "אני יהודי" צו דין תורה. ער מאכט דיר שלאפלאזע נעכט ביים מעלדן אז סאטמאר האלט שוין ביי 2500 קינדער - אפילו לשיטתו - און דא ווערט מען גאר געוואויר אז סאטמאר האט אינגאנצן 312 קינדער, ווייניגער ווי נייטרא?!?!
גלייב מיר, בית דין וועט דיר פסקנען צער ריפוי שבת בושת, פאר דעם געוואלדיגן צער וואס דער שקרן וזייפן "אני יהודי. האט דיר אנגעמאכט...
איך קוק פיקטשער'ס
די קנאקעדיגע און די מעכטיגע
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין נישט קיין שרייבער אבער איך פיל אז איך מיז ארויסברענגען מיינע געפילן.
שוין 7 יאר יעדע טאג ווען מיינע קינדער זענען געגאנגען אין חדר, איז מיין הארץ געווען אנגעפולט מיט שרעק. וואס גייט מען היינט לערנען מיט מיינע קינדער?, איז דא א געהעריגע דעת תורה וואס מען זאל יא אדער נישט לערנען מיט די קינדער?. אז די בעלי בתים פון די ת"ת קענען בשאט נפש טרעטן אויף די תורה בריש גלי און יענער איז נאך א "צדיק", וואס וועלן מיינע קינדער זיך אפלערנען פון דעם?.
איך קען נישט ארויסברענגען מיינע געפילן. נעכטן ווען איך בין אהיים געקומען פון ארבייט. מיין אינגעל קומט מיר אנטקעגן "טאטי, היינט האב איך געזעהן די רבי שליט"א". איך קען ענק נישט זאגן ווי שטארק ס'האט מיר באנומען. איך זעץ מיר אראפ אויפן קאוטש, איך זיץ און איך ווער פארטראכט, ס'האט מיר אנגעפאנגן צו רינען טרערן ס'האט מיר ארומגענומען אזא שמחה, מיינע קינדער גייען אויסוואקסן ערליכע סאטמאר'ע אידן!, מ'גייט זיי לערנען אז ווען א איד רופט צו דין תורה דארף מען גיין, זיי גייען וויסן אז ס'איז געווען א דברי יואל זי"ע, אז ס'איז געווען א ברך משה זי"ע און אז ס'איז דא א רבי שליט"א!.
שוין 7 יאר וואס מיר האבן זיך געמוזט דרייען צוזאמען מיט די מחרחרי ריב, זיך געדרייט מיט זיי אין איין ביהמ"ד, זיי האבן זיך אנגערוקט צום רבי'ן ז"ל'ס תפילה'ס, טישן און הקפות (ווילאנג מ'האט אים נאך געלאזט פירן), אין די צייט וואס זיי האבן פרובירט אלע וועגן אפצוהאקן דעם קשר צום רבי'ן ז"ל.
בעונותינו הרבים, דער רבי זי"ע איז שוין נישט צווישן אונז. מ'האט שוין נישט געדארפט צוקומען צו זייערע טובות, אבער מ'האט נאך געדארפט שיקן די קינדער אין די מוסדות וואס זיי האבן געפירט.
און יעצט שטייט מיין אינגעל נעבן מיר און ער זאגט מיר אז "איך האב היינט געזעהן די רבי שליט"א". א זאך וואס איך האב נישט געהאט געטראכט פאר אפאר חדשים צוריק אז ער גייט עס קענען זאגן.
פון יעצט און ווייטער קענען מיר נישט די אלע וואס טרעטן אויף די תורה בריש גלי, מיר קענען זיי מער נישט, מיר האבן שוין גארנישט מיט זיי (אויסער אויף הייד פארק...). איך גיי קענען מגדל זיין מיינע קינדער געהעריג - אן קיין שום שטערונג פון די פארגרעבטע גאס.
די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן נאך יא געדארפט צוקומען צו זיי- דהיינו די מוסדות, איז שוין יעצט אויך נישט דא. פון היינט און ווייטער קענען מיר זיי מער נישט!
איך קען נישט גענוג פארדאנקען די עסקנים פארן אהערשטעלן די מוסדות. איך וויל ענק זאגן ישר כח אין נאמען פון אלע אנדערע עלטערן, ענק זאלן האבן ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם.
אשרינו מה טוב חלקינו!