היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווען ס'איז דא • הארץ • איז דא אלעס

ווען ס'איז דא • הארץ • איז דא אלעס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2030541

עכטע_נייעס » 5/9/2006 05:30

יעצט מאנטאג ביינאכט 10:30 ס'איז לעבער דעי אין מ'ארבעט פעסט נאן סטאפ איבעראל

אין העירסן פלעיס ווי די קינדער פין כתה ד- ט גייען אי"ה מארגן אריין איז דא פיל מיט גוים סעטן אויף די נייע טישן אין בענק אין די קלאסן די ערשטע שטאק איז דא פיל מיט גוים מ'בויט די קאך מיט די לאנטש רום ענדיגט מען צו

אין עפל בילדינג ווי די קליינע יונגלעך גייען פעינט מען אין מ'בויט די קאך מיט די לאנטש רום

אין סענפארד בילדינג ווי די גרויסע מיידליך גייען אי"ה זיין נעקסטע וואך ארבעט מען אויף די בילדינג אין די בעק ווי מ'מאכט די לאנטש רום מיט די אדיטארים

אין ספינקע ווי די קליינע מיידליך גייען אי"ה נעקסטע וואך פעינט מען די קלאסן אין מ'לייגט נייע פלארס

ביי די נייע ביהמ"ד גראבט מען אין מ'גיסט סמענט

דאס אלעס ווערט געטון יעצט 10:30 ביינאכט וועליכע טאג מאנטאג לעיבער דעי

אין ביהמ"ד אין הופפער שרייבן זיך איין צעינדליגע יונגעלייט פאר די קרן אדני קודש 5,000 $ וואס רבינו שליט"א האט מחייב געווען

דאס אלעס קען נאר געשען ווען ס'איז דא הארץ

יוסף90 » 5/9/2006 18:41

רבותי!

לוזער'ס איז נישט דאס ווארט

איר האט דערלייגט אלע קאורט קעיסעס

איר זענט געבליבן אויסגעזעקעלט פון אלע בילדונג'ס

איר האט פארלוירן (אדער איר האט קיינמאל נישט געהאט) די מערהייט פון סאטמאר אין וומ"ס

אייער רבי דרייט זיך א וויליאמסבורג ווי א לבנון'ער פליט
איר איר פרעגט מיר "מה מציק לי"? וואס דריקט מיר?

פרעגט עפעס אנדערש "מה משמח לי?" וואס דערפרייט מיר?

גאסט » 5/9/2006 18:47

יוסעלע און ווייל עס פרייט דיך קענסטו נעבעך נישט שלאפען???

פון 5 אזייגער פארטאגס ארבעטסטו שוין אויף היידפארק.

וואס לאזט דיך נעבעך נישט שלאפען??

ארגינעלער » 5/9/2006 18:57

ווען איך ליין משה לייב דייטש'ס עדיטאריעל (ווי ער שעלט און שימפט),
ווייס איך פונקטליך ווי העפי דיין נועם המידות קאמפעני איז.


ווען איך ליין מיידלעך שטערנ'ס קללות מיט מחאות נמצרות
ווייס איך פונקטליך ווי העפי דיין נועם המידות קאמפעני איז.


און דאס איז שוין נאכן געווינען אלעס....

משל למה הדבר דומה:

ווי א נאצי נאך די קריג, ווען ער קומט צוריק אין אוישוויץ, און ער זעט עטליכע אידעלעך (אודים מוצלים מאש) טאנצען און זינגען שירה, אז זיי זענען ניצול געווארן...

און דער נאצישער רוצח וויל זיך נעמען דאס לעבן... אז נאכן אויס'מארדעווען 6 מיליאן אידן אין די קאלעכאווינעס איז נאך ווייטער דא יודעלעך וועלכע טאנצן און זינגען... אז דער פארשאלענער דייטש האט נישט געווינען


יאשקע 90...

איינער איז דער נאצישער דייטש וועלכער שעלט אין זיינע שטירמער עדיטאריעלס.
און איינער לאכט פון אים און טאנצט אין די גאס.... נאכן פארלירן 6 אלעס...


ווער איז ווער