היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 24 שעות ארבעט מען ביים נייעם ביהמ"ד

24 שעות ארבעט מען ביים נייעם ביהמ"ד

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2030537

רעדנדיג » 5/9/2006 04:23

איך בין יעצט אריבער דארט און מען ארבעט לעבעדיג

boro567 » 7/9/2006 20:01

מהאט בעז"ה שוין אנגעהויבן צי לייגן די ביעמס.

שלמה_שמש » 7/9/2006 20:17

וועט עס זיין פארטיג אויף ר"ה?

איך טראכט אז לכאורה נישט, מוצש"ק ביי איש חסיד היה, דערציילט מען א מעשה אז אליהו הנביא האט אין
איין נאכט געקענט אויפשטעלן א בנין, מיר קענען דאס נישט,
איך טראכט אז עס איז נישט במציאות אויפצישטעלן אין אזא קיינע צייט א בנין פאר טויזענטער אידן
אין די שטאט זאל געבן די אקעי אז מען מעג דארטן דאווענען,

אבער פראבירען דארף מען, ב"ה אז מיר האבן עסקנים מיט הארץ

פאטאקי08 » 7/9/2006 20:47

עס איז נישט אזא גרויסע זאך צו ענדיגען

די ראשי הקהילה זאגן אז ס'וועט זיין פארטיג נאך פאר יום הק'

משמשבקודש » 7/9/2006 22:40

די ראשי הקהילה זאגן - גראדע - אז ס'וועט זיין פארטיג נאך פאר ראש השנה !

in_time » 7/9/2006 22:54

10 ביעמס שטייען שוין יעצט,- נעכטען איז נאכנישט געשטאנען קיין איינס !

מ'גייט דארט ארבעטען ביינאכט אויך,

ר' ישראל ארי' פישער די עלעקטעריק מעכאניקער ארבייט שוין דארט מיט זיינע גוים אויף לייטס,

מארגען קימען אי"ה נאך צוויי קראו'ס וואס גייען לייגען די איבעריגע ביעמ'ס,

די פלאמער איז שוין פריער דארט געווען אנצופאנגען זיין ארבייט אויף די ביה"כ,

גדול יהיה כבוד הבית הזה

בערל550 » 8/9/2006 03:41

פיקטשערס פליס

מבני_בניו » 8/9/2006 03:42

ב"ה לויט די חשבון ווי שנעל מהאט אהערגעשטעלט די מוסדות, קען מען זאגן רואיג אז סוועט זיין פארטיג אויף ר"ה. די פראגרעס גייט מיט די גרעסטע טעמפא וואס מעגליך. די שול גייט הייבן איין פראבלעם, סגייט זיין קורץ און ברייט, סגייט זיין 150 פיס ברייט ביי 80 פיס לאנג. די באקס פון די ביהמ"ד אליינס גייט זיין 100 ביי 80, און הויך 30 פיס. די גאלעריען גייען זיין 25 ביי 80 אויף יעדע זייט, און די ביהמ"ד אויף יעדע זייט אונטער די גאלערי גייט זיין אויף א סעמענטענע סטעפ, אז סזאל זיין העכער, סאיז גוט פארן דאווענען און אויך פאר די טישן. אונטער די גאלערי גייט זיין 16 פיס הויעך (1.5 פיס העכער ווי די דאך אין קרית יואל ביהמ"ד). סוועט זיין אי"ה א פראכט און א שטאלץ פאר סאטמאר, און דאס גייט זיין נאר טעמפארערי, ביז מוועט אי"ה האבן א פלאץ וואס וועט באמת קענען פארנעמען סאטמארס גרויסקייט!

משמשבקודש » 8/9/2006 15:39

מבני,
 דאכט'זיך אז די ברייט איז 158,
און אז א סטעפ העכער קומט נאר אויף די לינקע זייט אויף די זייט פונעם פייער-סטעישן.

פאטאקי08 » 8/9/2006 18:47

מבני

הייסט עס איז שוין טאפעלט ווי ראדני

in_time » 10/9/2006 17:09

ר' אברהם יודא [יאדא] ראזענבערג אנפירענדיג מיט די ארבייט.


[בילד – נישט אפגעהיט]

in_time » 10/9/2006 17:13

די אלע בילדער זענען נאך פין פרייטאג צופרי,
היינט איז עס שוין אינגאנצען משנה צורה.
[בילד – נישט אפגעהיט]

in_time » 10/9/2006 17:14

3
[בילד – נישט אפגעהיט]

in_time » 10/9/2006 17:16

4


[בילד – נישט אפגעהיט]

in_time » 10/9/2006 17:20

דא זעהט מען ווי מ'לייגט די ביעמס פארן נייעם סאטמארען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג,
[די בילדער זענען פין די צפון זייט ווייבער שול]

די אלע בילדער זענען גענימען געווארען פרייטאג אינדערפרי, היינט, זינטאג אינדערפרי האלט עס שוין אסאך ווייטער,

מ'הייבט שוין יעצט אן לייגען די פרעימינג [סטאדטס] און ווי מ'זעהט אויפן ערשטען בילד ווערט שוין געצויגען די פלאמינג,

גדול יהיה כבוד הבית הזה

משמשבקודש » 10/9/2006 17:36

באקומען פרייטאג נאכמיטאג אין אישית:
[בילד – נישט אפגעהיט]

מ'זעט שוין דעם גרויסן ביעם אין צענטער פון ביהמ"ד

טאראראם » 11/9/2006 04:30

עס איז נישט נארמאל וואס ס'גייט פאר דארט, איך בין יעצט געווען ביים נייעם ביהמ"ד, ממש "לא יאומן כי יסופר" !!!

 דאנארשטאג איז נאך געווען דארט א ליידיגע לאט !!!

און יעצט - קוים אריבער 3-4 מעת לעת - און נאך מיט א שבת אינדערמיט - און נישט מער און נישט ווייניגער . . . . . .  מ'לייגט שיטרא"ק !!!

יא, יא, איר האט גיט געליינט!!!   מ'לייגט שוין שיטרא"ק !!!
ממש מבהיל הרעיון !

איך האב שוין א שטיקל באגריף אין די מעשה פון איש חסיד היה . . . . ! ! !

עכטע_נייעס » 11/9/2006 06:10

בילד איז פין יעצט זונטאג 10 ביינאכט
[בילד – נישט אפגעהיט]

עכטע_נייעס » 11/9/2006 06:11

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

מבני_בניו » 11/9/2006 23:33

ממש אנבעליוועבעל!!!! סהייסט אז די שול גייט שוין זיין פארטיג אויף דעם שבת, און מגייט עס אפשר ניצן א' סליחות. מזאגט די זשאוק אז וואו סאיז דא א "איש חסיד", דארט איז דא הארץ און געלט, און דארט וערט אזא בילדינג אויפגעשטעלט אין געציילטע שעה...

חיים_נחום » 14/9/2006 19:07


ווי האלט מען דארט? האט מען אויפגעהערט בויען וועגן די רעגן?

טאראראם » 15/9/2006 00:28

איז אמת אז מ'האט אפגעהאלטן די ארבייט א גאנצן טאג צוליב די מסירות?