זאליס בערך א דריטל פון סאטמאר !
און 4 נייטראלע (וועלעכע זענען געגאנגען אויף תשב"ר און שאפראן),
פרעג איך אים וויפיל איז געבליבן, זאגט ער, 2 ארונים 5 זאלי'ס און 2 נייטראלע תוקן על ידי - משמשבקודש - 05/09/2006 15:51:32
באללמד, דיינע חשבונות זעהן אויס אזוי ווי די ביכער פון ענראן. די לייגסט צו און די נעמסט אראפ אדער די לאזט אויס ווי אזוי עס לוינט דיר בעסער.
קודם כל פאר איך גיי צו די חשבונות לאז מיר מקדים זיין אז עז איז זייער קלאר אז דער ציל פון דיין מאכן דעם חשבון דא פון אנדערע שטעיט איז צו פארדעקן די פאלגענדיגע
1) אז טראץ דעם וואס עטס זענטס געגאנגן און דעם גוי'שען קאורט האבן ענק גארנישט דערפון און עטס דארפטס עפענן נייע מוסדות.
2)דער פאקט אז אין ווילימסבורג, די גרעסטע שטאט פון סאטמארע משפחות, זענט עטס א מינארעטי, ענקער מוסדות היינט צו טאג אין ווילימסבורג האט נאר בערך 25% פון די קינדער.
נאך דעם וואס עטס האטס ענק אייביג געגרויסט אז ווען עטס וועט עפענען מוסדות אין ווילימסבורג וועט איר זיין דער רוב, צווישן 60 און 70 פארצענט. למעשה ווען עטס האטס ענדליך געפענט מוסדות און דער פאקט איז אפען פאר א יעדן צו זעהן, דארף מען פארדרייען דעם קאפ מיט אנדערע געגענטער וואס זענען יעצט נישט על הפרק צו פאר קלענערן דעם דאפעלטן פאטש און בארואיגען די פילינגס פון ענקער עולם.
איך ווייס אז דאס איז נאך נישט דער ענדגילטיגער נאמבער, עס וועט נאך צוקומען קינדער צו ענק און דער קומענדיגער יאר, אבער אפילו מיט דעם וועלן ענק אנציען נאך בערך צען פארצענט, פון בערך א פערטל פון די קינדער יעצט ביז בערך א דריטל ווען דער טיילונג איז איז פארטיג.
יעצט צו דיינע חשבונות:
ווילימסבורג:
סאטמאר האט כמעט 7,000 קינדער כ"י, איך פארשטיי אז עס שמעקט דיר נישט דעם נאמבער אבער די קענסט עס נישט טוישן וועגן עס געפעלט דיך נישט, אויב די האסט באווייז אז עס איז ווייניגער דארפסטו דאס ברענגען אויב נישט איז 7,000 דער אפיציעלן נאמבער.
די נייע מוסדות האבן יעצט צווישן 2,200 און 2,400 קינדער. רעכען אויס לויט וויפיל קלאסן עס זענען דא וועסטו זעהן.
בארא פארק:
איך ווייס נישט פון ווי די האסט גענומען דעם 2,800 אנטקעגן 800. איך ווייס אבער יא אז ווען דער שוהל האט זיך אפגעטיילט דארט איז געבליבן דאווענען בערך פיר מנינים אין 53 און א פאר הונדערט אידן ביי ר' חיים דוד כ"ץ. לויט דעם זעט נישט אויס אז דיינע צוטיילונגן זענען ריכטיג חוץ אויב די קענסט ברענגען אויף וואס די האסט גערעכנט דיינע נאמבערס.
קרית יואל:
מוסדות ויואל משה האבן שוין איבער טויזענט קינדער, איך ווייס פון ווי די רעכענסט נאר 650 חוץ אויב די האסט נאר גערעכנט יונגלעך און פארגעסען אריין צורעכענען די מיידלעך.
תורה ויראה האט טאקע איבער 5,000 אבער א אנגעזענער חלק דערפון זענען נישט חסידים פון דעם געוועזענעם קרית יואלער רב, זיי לערנען דארט אדער ווייל עס איז נאך נישט דא קיין פלאץ פאר זיי אין ויואל משה אדער ווייל עס איז די שטאטישער מוסד.
עס זענען דא לפחות 350 קינדער אין תורה ויראה וואס האבן א ברידער אדער א שוועסטער אין ויואל משה.
יעצט וואס איז מיט די אנדערע שטעיט מיט סאטמארע מוסדות וואס די האסט אויסגעלאזט?
מאנסי
מאנטריאל
לעיקוואד
ירושלים
בני ברק
אנטווערפן
לאנדאן
ואחרון אחרון חביב מאנטשעסטער
פארוואס האסטו אויסגעלאזט דעם חלק פון סאטמאר?
ווי אויך די ישיבות פון איבעראל, בחורים זענען פונקט אזוי א חלק פון סאטמאר.
נוץ קראנטע חשבונות פון אלע שטעיט און דערנאך מאך דיין חשבון פון וויפיל % יעדער האט.
אז די שעמסט דיך פון די אמתדיגער נאמבער בעסער שרייב גארנישט אבער פארשעם נישט דעם אמת.
די הנהלה האט ארויסגעגעבן דעם סכום פון כמעט 7,000 קינדער איז דאס דער אפיציעלער סכום.
אויב די האלטסט אז עס איז נישט ריכטיג דעמאלט ברענג באווייז.
זאגן אז "יעדער ווייסט" איז נישט קיין בייווייז,
"יעדער ווייסט" איז א ווארט וואס מען מוז נוצן ווען מען האט נישט קיין פאקטן אויף וואס צו באשטעטיגן א טענה.
דורהאחרון
און דאס וואס עס מיינט ביי דיר זערא, מיינט ביי מיר????
שקלשלם,
ניצן "די גאנצע גאס שמועסט" איז נישט אנדעריש ווי "יעדער ווייזט"
עס איז ווערטלאז.
אז די ווילסט אפפרעגן אפיציעלע נאמבערס ברענג באווייז אדער לפחות א חשבון פון וויפיל קלאסן עס זענען דא און וויפיל קינדער פער קלאס וכדומה אבער נישט סתם געשאסענע נאמבערס.
און יעצט צוריק צום עיקר, ווער האט געמוזט עפענן אייגענע מוסדות און וואס איז דער פונקטליכער חשבון, ווער האט רוב באמת
איך זעה נישט.
איך פרעג היינט אן ארבעטער אין 82 ווי אזוי מ'עכענט א "קנאפע" זאגט ער מיר בערך 2,500 מער ווי די ריכטיגע נאמבער