היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כ"ק מרן רבינו שליט"א באגעגענט דומ"ץ ראדני

כ"ק מרן רבינו שליט"א באגעגענט דומ"ץ ראדני

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2030509

משמשבקודש » 5/9/2006 01:11

כ"ק מרן רבינו שליט"א איז יעצט געווען מנחם אבל זיין ביי משפחת ר' שלמה זלמן סאנדער ע"ה
אנקומענדיג איז אויך פונקט אנגעקומען הגריח"מ פר"מ דומ"ץ ראדני, ווען רבינו שליט"א איז אריינגעקומען איז נאך
 דער דיין געשטאנען, און עס האט זיך געמאכט א הערליכע שמועס איבער'ן הסתלקות פון הגה"ק משינאווע זי"ע און נאך פארשידענע ענינים וואס רבינו שליט"א האט דערציילט, און דער דיין האט אויך מוסיף געווען פארשידענע זכרונות און סיפורים,
דערנאך ווען מרן רבינו שליט"א האט זיך אויפגעהויבן ארויסצוגיין האט זיך דער דיין אויפגעשטעלט מלוא קומתו לכבודו פון רבינו שליט"א, און האט געוואונטשן פאר רבינו שליט"א א כתיבה וחתימה טובה, אויף וואס רבינו שליט"א האט צוריק געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.
(נישט געגעבן די האנט משום 'בית האבל')

זשוליאני08 » 5/9/2006 19:30

עמיצער האט מיר אריינגעשיקט די בילד אין אישי.

ס'איז געכאפט מיט א סעלפאון, און ס'איז נישט ספעציעל קלאר.

[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסף90 » 5/9/2006 20:42

יא.

די אהרונים האבן ווידער געווינען

בן_אהרן » 5/9/2006 22:07

יא מיר האבן געוואונען ווידער
אז דער דומ"ץ זיצט אויף ליע עוועניו
מיט א שוורצע רעקל
און נישט מיט א וואסע בעקיטשע אין ירושלים
מיט א היבש ביסל באבע מעשיות פון זיינע מופתים

שלייקיס » 6/9/2006 00:26

אז ער האט זיך אויפגעשטעלט מלוא קומתו מוז זיין איינס פון צוויי זאכן: 1. אדער אז ער איז מקיים א הלכה אין שו"ע און ער ווייסט דאך דעם אמת ווער איז די ת"ח און גדול הדור בדורינו, 2. אדער האט מען לעצטענס אין 82 נישט באצאלט קיין פעיראלל!!

פאטאקי08 » 8/9/2006 18:49

כ'הער אז ער האלט נישט ביים דאווענען די יאר אין ראדני נאר אין זיין אייגן ביהמד