היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » געלעכטער: זאליס שיקן פאלשע צעטלעך אין ק"י

געלעכטער: זאליס שיקן פאלשע צעטלעך אין ק"י

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2030508

ווארהייט » 5/9/2006 01:10

ס'טוט זיך א געלעכטער אין קרית יואל. די זאליס האבן ארומגעשיקט פאלשע צעטלעך, מכלומר'שט פון די מוסדות, צו צענדליגער זאליס אז מען גייט נישט אננעמען זייערע קינדער קומענדיגן יאר.

זיי זענען נעבעך אזוי ביטער אויסגעשפילט מיט זייערע מוסדות און וועגן דעם מוזן זיי ארומשיקן צעטלעך צו קאנווינסן די זאליס אז זיי זאלן מסכים זיין אריינצולייגן זייערע קינדער אהין.

גוטזאגער » 6/9/2006 21:30

איך פארשטיי נישט פארוואס די הנהלה טוט נישט גארנישט מסביר צו זיין פאר'ן עולם אז דאס איז נאר א פאשקעוויל און אז מען ווארפט קיינעם נישט ארויס.

די הנהלה דארף לייגן צעטלעך אז די אלע צעטלעך וואס זענען ארומגעשיקט געווארן פון די הנהלה זענען פאלש