היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כאאס ביי סיגעטער מוסדות: קינדער קומען נישט אן אהיים

כאאס ביי סיגעטער מוסדות: קינדער קומען נישט אן אהיים

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2030483

גוטזאגער » 5/9/2006 00:00

א שרעקליכע איבערקערעניש קומט פאר אין וויליאמסבורג.

דער טראנספארטעישאן מענעדזשער פון 82 איז אריבערגעגאנגען קיין סאטמאר, און זיי האבן אויפגענומען עפעס א גרוש צו קאנטראלן די באסעס, און עס איז צרות צרורות. עס טוט זיך אויף טישן און אויף בענק.

צענדליגער קינדער זענען נישט אנגעקומען אהיים היינט, ווייל די באסעס זענען נישט געהעריג מסודר געווארן, און ארום הונדערט וויינעדיגע קינדער געפינען זיך יעצט אין 82 לי ווארטנדיג אז זייערע עלטערן זאלן זיי קומען אויפפיקן.

חיים יצחק מאנדל און קליינמאן דרייען זיך ארום אן קיין קעפ און שעלטן דעם טאג. זיי ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטאן מיט די אלע קינדער.

ווער ס'האט מער פרטים ביטע אינפארמירן.